סטרייקס אין ראיאטן אין די עולם הישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

סטרייקס אין ראיאטן אין די עולם הישיבות

שליחה דורך טרויבן88 »

אין ישיבות חברון קומט שוין א לאנגע צייט פאר רידערנישן א חלק פון זיי זענען אז די "בחורים" זענען נישט צופרידן פון די מנהלים, און לדעתם ברויכט עס זיין אנדערש אדער באקוועמער, איינע פון טענות זענען איבער הייס וואסער, אז מען לאזט עס אויס צי פרי וכו' און נאך אזאנע קליינע פראבלעמען, אבער די אלע זאכן לייגן א גרויסן געוויכט און פרעשור אויף די בחורים, און די סיבה איז פשוט דער בחור ווערט נישט רעפרעזענטירט דורך קיינעם און קיינעם אינטערעסירט וואס ער האט צי זאגן, יעצט האט מען שוין אנגעדרייט די שר התורה אז עס זאל זאגן אז "סילקו השכינה" שר התורה על המרד בחברון: "סילקו השכינה"

אבער אנדערש ווי אין די מדינה איז אין אמעריקא נישט דא קיין חרידישע צייטונגען וואטסאעווער דאס מיינט נישט אז די מצב פון סטרייקס און אפילו ראיאטן איז בעסער, נאר עס ווערט נישט באריכטעט וויל איך מוסד זיין אן אשכול וואס זאל זיין א צענטראלע אשכול איבער ישיבה סטרייקס אין ראיאטן אין אמעריקא, אין סאטמאר איז דאס שוין אן אלטע טראדיציע איבער טראבל און ראיאטן נאך אין סאנז סטריט... אבער אפילו אין קלענערע ישיבות איז אויך דא רודערייען אין סטרייקס וכו' דאס איז א תופעה וואס איז פארשפרייט סיי ביי די ארונים און סיי ביי די זאלונים, אין מאנרא איז דא פייערן, אין לעקטער קראכט פון צייט צי צייט... דאס זענען אלע פי רוב נישט קיין אומשולדיגע אינצידענטן, ממילא איז כדי צי האבן אן אשכול ווי איינער וואס האט אינפארמאציע איבער עפעס א רודעריי זאל עס דא באריכטן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך אז מען זאל נאר שרייבן נייעס נישט קיין מיינונגען, און שרייבן א גאנצע מעשה נישט קליינע נאטיצן, און נישט באריכטן איבער שחרית אדער ווען די ראש ישיבה קומט אריין, נאר שרייבן א פולע השתלשלות הדברים קלאר און פארשטענדליך וזה הא, נישט קיין פעפער און זאלץ, בחורים אינגעלייט נישט קיין חילוק ווער, ברענגטס ווידעא'ס, מעשיות פארן ציבור צי הערן וואס עס טוט זיך אין אונזער בעיקיארד...

אין חברון רעדו מען פון א בחור וואס האט גערעדט צי אמנון לוי איבער די דאקומענטרי איבער וויפיל מען דארף באצאלן פאר א בחור פון חברון צי האבן פאר אן איידעם לינק צי די דאקומענטרי דאס איז געווען זיין ערשטע עבירה, און דערנאך האט מען עם געזען אויף א כתבה פון "כאן" פון בחורים וואס מאכן עקסערסייז צופרי, מען עם נישט אינטערוויואט, נאר מען האט עם געזען כאן דאקומענטרי אבער ווי עס זעט אויס האבן די בחורים דיסיידעד צי נעמען געזעץ און די הענט נאכדעם וואס מען האט דעם בחור פארשיקט...

דא לייג צי אלע לינקס איבער חברון
הקרב שהשבית את ישיבת הדגל: מה בדיוק קרה ב'חברון'? האזינו
הפסקת אש ב'חברון': ההנהלה התקפלה והבחורים יחזרו לישיבה
בצעד חריג: ראש הישיבה לא הגיע לשחרית
ראש הישיבה נגד תלמידיו ב'חברון': "איבדו את החלק לעולם הבא"
מחאת ענק בישיבת הדגל הליטאית: בית המדרש התרוקן; מגעים לפשרה
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר