בלאט 1 פון 1

קול קורא פון 57 ארטאדאקסישע רבנים ורבניות אין שטיצע פון LGBT

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:02 am
דורך שושן פורים
אין א שטוינענדע שריט איז ערשינען א קול קורא פון 57 ארטאדאקסישע רבנים און רבניות אין שטיצע פון די LGBTQ קאמיוניטי.

ווי זיי שרייבן אינעם בריוו באציען זיי זיך נישט צו די עצם מעשים פון די גרופע וועלכע ציעט אריין אין קאמפליצירטע הלכות און שאלות.

זיי באציען זיך בלויז אז סיי וואס עס זאל זיין גיבט עס נישט קיין רעכט פאר קיינעם זיי צו פארשעמען, נאכשרייען, ארויסווארפן אדער מכנה שם זיין. זיי באציען זיך צו די טראגעדיע פון יולי 2015 ווען ישי שליסל האט געשטאכן און אומגעברענגט ביים מצעד הגאווה אין ירושלים וואס זיי טענה'ן איז א דירעקטע תוצאה פון די ווילדע רעטאריק וועלכע דער אלגעמיינער חרדישע ציבור נוצט קעגן די להט"ב קהילה וואס דאס האט צוגעברענגט דעם וואנזיניגער צו טאן וואס ער האט געטאן.

ווי אויך קען קיינער האבן קיין פון פאראויס באשטימטע מיינונג אז קינדער פון אזוינע עלטערן ווערן טרומאטיזירט און דורכדעם פרובירן זיי צו צוטיילן משפחות.