הייקאורט ריכטער פארדאמט לונדון חסידישע קהילה -רייף מיט פראוד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הייקאורט ריכטער פארדאמט לונדון חסידישע קהילה -רייף מיט פראוד

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

די רעדע איז איבער א סאטמערע פרוי וואס האט מיט עטליכע יאר צוריק זיך געשיידעט פון איר סאטמער-א"י'דיגע מאן און חתונה געהאט מיט א ענגלישע גר. מען האט איר צוגענומען אלע זעקס קינדער אינקלודינג א קליינטשיק מיידל. איר נייע מאן האט פארדעם - יארן לאנג געארבעט פאר היימישע ארגענאזאציעס אין סטעמפארד היל ווי צבש ביקור חולים און נאך.

די קינדער אחוץ די אינגסטע האט מען תיכף אן פארסמט געגן איר אבער די אינגסטע האט זי מתחילה פאר א לאנגע צייט געהאט צוטריט צו. שפעטער, האט איר גרוש חתונה געהאט נאכאמאל און מיט די הילף פון אויפווייזן אז זי איז צושטארק פארביטערט אויף די קהילה און אויף אידישקייט האט ער מצליח געווען צו באקומען די מעידזשאריטי אף די טיים ליווינג רייטס, בשעת ווען די מיידל זעט די מאמע פאר וויקענדס וכו'. נאכוואס דאס אבער האט זיך ארויסגעוויזן פאר גאר א גרויסע לחץ, די אומדערטרעגליכע תנאים, די כסדר'דיגע צוריקגיין אין קאורט, די פסיכילאגישע טוירמאויל אויף זי און אויף דאס קינד און די אומגעהויערע געלטער דאס אלץ האט אפגעקאסט האט זי אויפגעגעבן זען דאס קינד אינגאנצן.

למעשה, זענען זיי (מיט די הילף פון איר נייע מאן) געגאנגען פאר די פינאנצן, וואס ווי ס'זעט אויס האט זי דארט שטארק מצליח געווען. מסתמא ווייל די רעגירונג וועט צוריקבאקומען א גרויסע פארציע.

זעט בייגעלייגטע בילד פון העקני גאזעט.

זעט אויך לינק פאר אנטווארט פון כדתיא אדער אזויגערופענע Union of Orthodox Hebrew Congregations, באריכטעט אין די Jewish Chronicles.

https://www.thejc.com/news/uk-news/stam ... s-1.467985
בייגעלייגטע פיילס
WhatsApp Image 2018-08-02 at 15.55.41.jpeg
WhatsApp Image 2018-08-02 at 15.55.35.jpeg

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר