ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג

שליחה דורך טרויבן88 »

רעכטע לינקע, לינקע רעכטע... ווי זאל מען אנפאנגען?.

די טראמפּ פרעזידענסי האט עלעקטערעזירט דעם ציבור, סיי די רעכטע און סיי די לינקע, זייער אסאך האבן געטראכט אז טראמפ איז א וויץ און וועט זיכער פריער אדער שפעטער אויסוועפּן, שפּעטער האט די וויץ נישט אויסגעוועפּט האבן די לינקע געטראכט אז פאר די נארישע אלטע ראסיסטישע רעפּובליקאנער פון די קעי-קעי-קעי האט עס געארבייט און צוליב זייער טיפשות האבן זיי געוועלט פאר טראמפּ אבער פאר די חשובע אויפגעקלערטע דעמאקראטן מיט זייער גרויס אפענקייט און ידיעה מתוך מחשבה וועט דאס זיכער נישט ארבייטן, אבּער דאס האט זיך פאקטיש אויך ארויסגעוויזן צי זיין וויץ און טראמפּ האט געווינען די עלעקשאנס, פינטל. אזוי איינגערעדט זענען די דעמאקראטן געווען אז זיי האבן קוים געארבייט, קלינטאן איז געווען טויזנט פראצענט זיכער אז זי מאכט עס, און זי איז נאכאלץ זיכער, די סיבה פארוואס זי האט נישט געווינען האט אפאר סיבות לשיטתה... איינס אז די אמעריקאנע עולם זענען ראסיסטן און זיי האבן נישט געוואלט וועלן פאר א פרוי, צווייטנס די רוסן, איי איי איי די רוסן, די רוסן האבן געהעקט געגעבן אינפארמאציע און נאך אזאנע זאכן, וואס ווי עס זעט אויס ריכטיג, אבער אין בעסטן פאַל האבן זיי אנגעפירט א קאמפּיין איר צי פארשמירן דאס פנים, אקטועלע העקינג אין די מאשינען איז כמעט לויט קיינעם נישט פארגעקומען, אבּער פאר איר איז דאס גענוג גוט געווען פאר א תירוץ פאר איר דורכגעפאלענע קאנדידאטור.

אבּער דער המון עם האט אנגעפאנגען מאכן א מאסיווע חשבון הנפש, עס איז געווען קלאר פארן "ציבּור" אז עפּעס קומט דא פאר און אז די שיינע תירוצים איז אלעס פיין אין גוט, אבער עפעס קומט דא פאר, ביכער מיט טעלעוויזע שאוס האבן אנגעפאנגען פליסן אין די מאסן, מאוומענטס האבן זיך געעפענט צי איבערקומען די פרישע ראסיסטישע גאווערמענט מיט ווייסע ראסיסטן און יעדע צווייטע ראסיסט, א גאווערמענט פון פאשיסטן, ראסיסטן, איסלאמאפאבס, ביגאטס, פרויען פיינט האבער, רייכע פארשוינען אין די קאבינעט, און נאך סלאגענס, אבּער "טראמפּ איז פרעזידענט" דער קראנקע פארשוין וואס ליידט אויף אלעס עי-בּי-סי'ס בקיצור אלע שלעכטע מידות, אטאקירט פרויען וכו' וואס רוב פון זיי זענען אמת, אבּער פאר עפעס א סיבה זיצט דער אייזל נאכאלץ אין די מלוכה, און אלע פראטעסטן, ליעקס און מיטלען עם צי פארשמיצן די פנים ארבייט נישט, אימפיעטש האט מען עם נישט, א אינוועסטיגאציע וואס הינקעט אינטער עם איז מסתם די הויפט סיבה פארוואס אמעריקאנער טראכטן פון עם שלעכט... עס בלייבט נאר איבער צי שפּעקולירן וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזען אן די אינוועסטיגאציע, אבער זיינע שטיצער גייען פאר עם אין פייער, אין זיינע קעגנער גייען אנטקעגן עם אין פייער, אבער וואס איז די סיבה פארוואס ער איז טאקע אריינגעוועלט געווארן... לויט קיינעם איז עס נישט לאגיש, ער האט געהאט אזויפיל זאכן אנטקעגן עם סא פארוואס איז דאס טאקע געשען???

די תירוץ פאר דעם ליגט אינטער די "פארגעסענע מענטשן" מענטשן וואס מען האט פלעין אין פשוט פארגעסן, זיי זענען נישט די פארשוינען וואס מיר ווילן... מיר ווילן א פארגעשריטענע מענטשהייט, קלוגע פראפעסארן וכו' פארשוינען נאראנים וואס גראבן קוילן אין מאכן קאָרן און קאַרן און דרייוון טראקס זענען נישט וועלקאום, מיר ווילן א פארגעשריטענע פאלק וואס גייט אין קאלעדזש אין געלערנט, א פּובליקום וואס פארשטייט אויבּ עס איז דא ערגעץ א טעראר אטאקע ברויכט מען ווארטן צוויי וואכן צי הערן פון די פאליציי צי זיי האבן שוין אפּגעמאכט אויבּ עס איז טעראריסט אדער נישט, א פּובליק וואס אפילו זיי האט נישט קיין ארבייט ברויכן זיי פארשטיין אז אויפן מזבח פון גלאבאלע אנווארעמונג ברויכן זיי זיצן אינדערהיים אין נישט האבן קיין ארבייט און נישט האבּן קיין געלט, אבּער פארוואס? פשוט מיר האלטן אינמיטן ראטעווען די וועלט אין דערפאר קענסטו שטארבן, א פּובליק וואס פארשטייט אז שווארצע זענען קרבנות פון הונדערטער יארן ראסיזם און דערפאר זענען זיי וויאזוי זיי זענען, א פּובליק וואס פארשטייט אז די פּאליציי האט נישט קיין רעכט אפּצישטעלן מער שווארצע ווי ווייסע אפילו "די קודש קדשים סטאטיסטיקס" זאגן קלאר אז שווארצע פירן דורך מער פארברעכן ווי ווייסע, אבּער מיר אלץ א קלוגע פאָלק זענען בעסער פון דעם און זענען נישט קיין ראסיסטן און מיר טריעטן יעדעם איינעם גלייך, א פּובליק וואס פארשטייט "קודש קדשים רינדעכיגע סטאטיסטיקס" און פארשטייט אז קאר עקסידענטן זענען א גרעסערע סכנה ווי איסלאמישע טעראריסטן ווייל מר. פלוני פון הארווארד אוניווערסיטי סייענטיסט אויף מעקעניקס אין ענדזשינירינג אויף הומען שטודיעס האט אויסגעוויזן אין די לעצטע נאטור דזשורנאל אז זייט 2000 זענען אומגעקומען 33 מענטשן פון איסלאמישע טעראריסטן נישט אריינגערעכנט די "ארבייט'ס פלאץ" וויילענס פון די טעראריסט אין די מיליטערישע באזע, ווייל יענער איז דאך געווען אויפגערעגט אויף זיינע קאלעגעס... אבּער פון קאַרן זענען 20,000 געשטארבן, און די אנדערע טעראריסטישע אטאקעס זענען דאך א שולד פון די רעפּובליקאנע ביקסן, הקיצור א פּובליק וואס איז קלוג, נישט פארשטיקענע אלטע נארישע פארשוינען...

סא וואס קומט דא פאר? אפשר זענען די שטודיעס ריכטיג? סא פארוואס איז דא אזא רעוואלוציע אנטקעגן דעם, אויבנאויף איז דאס דאך ריכטיג? עס איז דאך טאקע דא מער קאר עקסידענטן ווי טעראר עקסידענטן, סא פארוואס נישט אריינלייגן די כוחות און געלט אין דעם, אזוי אויך מיט די אנדערע משלים,

דא ליגט די שליסל צי פארשטיין די הויפט יסוד... אפילו מען זאל פאר די שמועס מסכים זיין אז רעפּובליקאנע זענען אלטע נארישע צוריקגעשטאנע מענטשן אין זיי פארשטייען נישט צי גלאבאלע אנווארעמונג וכו' זיי האלטן נעבעך פון ביקסן וכו' זיי האבּן מורא פון אראבער וכו' ליגט אבּער א פראבלעם ביי די דעמאקראטן און די לינקע, "מען קען נישט טוישן קיין מענטשן אין מינוטן און אפילו נישט אין קיין יארן" מען קען קעמפן פאר א געוויסע צוועק אפילו א ריכטיגע צוועק, אבּער אין די זעלבע צייט אויסשפּייען די מענטשן און זיך ארויף כאפּן אויף זייערע ווערטער און זיי אויסשפּייען אין נאמען פון ראסיזם וועט ברענגן אז די מענטשן וועלן איין ציריקעמפן אפילו מען רופט זיי אן ראסיסטן, זיי וועלן ארויסקומען אלס אפענע ראסיסטן... זיי זענען אפענע ראסיסטן וויבאלד אפילו אויב זיי האבן אפילו נאר ענליכע מחשבות ריפטו זיי אויך אן ראסיסטן, סא פארוואס זאל ער נישט זיין קיין אפענע ראסיסט??? נניח אז זיי זענען נישט די קלוגסטע פון שטייסל? אבער 90 פראצענט פון די מענשטהייט זענען נישט קלוג אין געריבן? וואס איז די התחייבות פון א מענטש צי זיין קלוג??? ער איז נישט קלוג, פינטל! ער איז נישט גענוג קלוג צי ווארטן אויף די פּאליציי עם צי זאגן אז עס געווען אן אראבער אדער נישט... ער מאכט אפּ פארדעם! א פארברעך? א ראסיסט? א וואס? א פּלענע מענטש!!! נניח ער איז נישט די קלוגסטע, אבּער זיינע געפילן זענען גארנישט? ער איז א שמאטע וויבּאלד ער איז נישט פון די פארגעשריטענע פּובּליקום? "אט דאס איז די רעוואלוציע" עס איז א רעוואלוציע פון די אלגעמיינע מענטשהייט אנטקעגן די עליטע וואס וויל זיי איבער מאכן, זיי ווילן זיך נישט לאזן, זיי האבּן נישט ליב ווען מען זאגט work place violance... און זיי קעמפן אנטקעגן דעם, יעצט איז געקומען טראמפ אין גערעדט זייער שפראך דערפאר האבן זיי עם אריינגעוועלט, עס איז דא א פראבלעם מיט אימיגראציע וועט מען פיקסן אויפן פּלאץ, עס איז דא א פראבלעם מיט טרעיד מיט טשיינע, זיי נעמען שטייערן פון אונז? וועלן מיר נעמען פון זיי! צפון קאריע סטראשעט וועלן מיר צוריקסטראשענען, איירופּע נעמט טעקסעס פון אונז? וועלן מיר נעמען פון זיי! גענוג מיט די רינדעכיגע לאגיק אז אזוי איז עס,

נישט אז איך האלט אז עס ריכטיג, און נישט אז דאס איז די בעסטע וועג, "אבער עס איז א וועג". אוודאי בשיטה וויל איך א קלוגע וועלט א וועלט פון פארשטאנד, אבער איך אנערקען אז נישט יעדער איז אזוי און אז מען ברויכט זיך רעכענען מיט זיי אויך, און דאס איז וואס דרייווט די טראמפּ רעוואלוציע. און אויב די לינקע וועלן דאס נישט אנערקענען וועלן זיי האלטן אין איין פארלירן... איבער די קלוגשאפט פון די לינקע אי"ה אן אנדערע מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טרויבן88, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר