סענעטאר דזשאן מעקעין געשטארבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

סענעטאר דזשאן מעקעין געשטארבן

הודעהדורך חתם סופר » מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 9:19 pm

סענעטאר דזשאן מעקעין איז היינט שבת געשטארבן אין עלטער פון 81 יאר, נאכ'ן ליידן פון מח קענסער.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 719 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 9:38 pm

מיט א שטיק צייט צוריק האט ער געבעטן טראמפ נישט צו אנטייל נעמען ביים לויה
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1997
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2511 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 10:51 pm

As Chicago Mayor Harold Washington said of the corrupt former Mayor Daley, "I'm not glad he's dead, but I'm glad he's gone."
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

Re: סענעטאר דזשאן מעקעין געשטארבן

הודעהדורך החוקר » זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:50 am

וואס מאכט אים קארופטירט, אז ער האט געהאט די שטארקייט זיך קעגנצושטעלן טראפ?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 727
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 571 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 26, 2018 10:18 am

איינער האט געשריבן אז ער איז געווען קאראפטירט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

Re: סענעטאר דזשאן מעקעין געשטארבן

הודעהדורך החוקר » זונטאג אוגוסט 26, 2018 12:50 pm

איינער האט גערעדט פון עפעס א קארופטירטן פאליטיקאנט, האט עס געגעבן דעם איינדריק אז יענער האלט הוא הדין הכא. א חוץ אויב יענער האלט אין למדים גזרה שווה.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 727
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 571 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:11 pm

יענער האט סך הכל געברענגט א סטעיטמענט ארויס צו ווייזן צופרידנהייט אז ער שטייט איהם מער נישט אין וועג טראץ וואס ער האט איהם נישט געוואונטשן דאס טויט. די גזירה שווה איז אז ביידע זענען געשטאנען אין וועג.

בד''וו אלץ א לאנג יעריגער פאליטיקאנט איז לכאורה אומעגליך אז ער זאל נישט האבן געווען סיסטעמיש קאראפטירט אזויווי אלע אנדערע פאליטיקער.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

הודעהדורך לך לך » זונטאג אוגוסט 26, 2018 8:59 pm

גרויסע אויבערחכם אלץ געווען
געטוהן דוקא פארקערט פון יעדעם
נו שוין
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:37 am

די איינציגסטע האלב נארמאלע רעפובליקאנער און "אמעריקאנער העלד' איז ליידער פארשניטן געווארן... די יעצטיגע צוריקגעבליבענע רעפובליקאנער באשטייען דאך פון ריינע אלטמאדישע קריסטליכע רשעים וואס זייער אגענדע איז אפענערהייט צו בא'גנב'נען דעם המון עם און געבן אלע געלט און פאוער פון די מעכטיגע קאפערעישאנס און די ביליאנערן וואס זענען די "אמת'דיגע בעלי-בתים" אין אמעריקע... יעצט קענען זיי שוין גרינגער אדורכפירן זייערע "גניבה שטיקלעך" פון אוועקנעמען פון 25 מיליאן ארימע אמעריקאנער זייער העלטקעיר און געבן פאר די רייכע אינשורענס קאמפעניס און באלוינען די "אויבערשטע פון די שטייסל" מיט שווערע ביליאנען דאללארן בשעת מיליאנען ארימע קינדער שטארבן פון קענסער...

איר פארשטייט? מ׳רעדט דאך דא פון די "מלכות של חסד" - די גאלדענע מדינה... און די רעפובליקאנער זענען שוין לאנג נישט געגאנגען אין מלחמה אריין... ס'איז שוין זייער לאנג!!! מלחמה מיינט דאך "ביזנעס" קאנטראקטס... אין אמעריקע איז אלעס א ביזנעס, די גאווערמענט איז א ביזנעס, די פאליס איז א ביזנעס... די הייוועיס, בריקן, טונעלס איז א ביזנעס... טיקעטס איז א ביזנעס.... די סקולס איז א ביזנעס, קאלעדזשעס איז א ביזנעס... די אינטערנעט איז א ביזנעס... צדקה ארגאניזאציעס איז א ביזנעס... רעליגיע איז א ביזנעס... די בילדינג דעפארטמענט איז א ביזנעס... ספארטס איז א ביזנעס... די מאטאר וויהקעל איז א ביזנעס... איינשפארן מענטשן אין תפיסה איז א ביזנעס... פאליטישאנס איז א ביזנעס, לאביאסט איז א ביזנעס, עלעקשאנס איז א ביזנעס... סאושעל סעקיוריטי איז א ביזנעס... קראנקע מענטשן איז א ביזנעס.... אלטע מענטשן איז א ביזנעס... מענטשן וואס שטארבן איז א (גרויסע) ביזנעס... וואס דען נישט???? אלעס איז א ביזנעס!!! אפילו ווען איך טייפ עפעס אריין אין גוגל צו מאכן א סורטש מאכט שוין איינער געלט נאר פון מיך נאכקוקן וואס איך טוה און דורך נאכשפיאנירן די אייגענע בירגער... אין די פרייע אמעריקע...

א ביטער געלעכטער....

בקיצור, קיין מעסיגע רעפובליקאנער איז שוין היינט אין די טראמפ ערא זייער שווער צו געפינען...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 10:25 am

עפעס האב איך אפיר געקראצט פון די אלטע קאווע שטיבל ארכיוון....

שבת אחים האט געשריבן:אה און דזשאן מעקעין, ער איז זיכער קראנק, ער האט ב״ה באקומען דעם שטראף אויף דער וועלט פארן זיין א רשע מרושע, סקוקט שוין אויס ווי ענדליך גייט ער פגרן פון א ״ברעין טומער״...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:33 am

איה"נ ער איז געוועהן א שלעכטער קריסט, אבער נאכאלץ א האלב נארמאלע מענטש. מ'האט געקענט רעדן און נעגאושיעיטן מיט אים. משא"כ דזשעף סעשאונס למשל, אדער מיטש מעקאונאל, וואס מ'קען בכלל נישט רעדן מיט זיי.


פון אלע רעפובליקאנער איז מעקעין געוועהן פון די נארמאלסטע...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:56 pm

שבת אחים: איך גיי בלי"נ אויפמאכן א קאמוניסטישע פארטיי. או.קעי. דו ביסט נאר א סאציאליסט. ס'העיסט א סאציאל דעמאקראט. (ובכלל מאתיים מנה. סאציאליזם איז שוין נכלל אין קאמוניזם). איך ווילל , בלי"נ זיין א קאמוניסט-דעמאקראט. גיין אין די דרכים פון דעם פארשטארבענעם ר' וואללף אליהו לענין זכר צאפיק ליבראכעה. דער אפיקורס און רוצח און אנטיסעמיט סטאלין, ימ"ש וזיכרו האט נעבעך פארדרייט זיין שיטה הקדושה. (ס'איז שוין דא 2 שיטות הקדושות. וועט זיין נאך א דריטע אויך. ס'וועט ח"ו נישט שאטן. וואס האט אייגנטליך דער אויפטרעפער פון די שיטה הקדושה (#3) געוואלט. ער האט געוואלט אוועקנעמען די פעלדער פון די פריצים וועלכע האבן געאונט גאנצע קילאמעטערס פן שטיקער לאנד. און די ארעמע פויערן האבן עס נעבעך געמוזט באארבעטן. און מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם מיט אלע מפרשים. און אהיימגיין מיט גארנישט. נישט געקענט זיך קויפן א לייטישן אנצוג אדער בעקישע ביי דזשי. ענד דזשי. אדער א שיין שטריימל ביי שטריימל סענעטר. אדער אפילו ביי בינגא ווען זיי האבן געהאט א סעיל. און שטריימלעך האבן געקאסט נאר 500 דאללער. ווייל ס'איז געווען אין הפרוטה מצויה בכיס...!

לויט אונזער פלאן. (אני הקטן מיט נאך עטליכע פון מיינע גלייכדענקענדיגע חברים) וועט א יעדער איינציגער פארמער בעזשהי"ת באקומען א ריזיגן שטיק פעלד מיט א הויז און א פאר קיען (ס'איז ב"ה דא בשפע. קיינער זאלל נישט כאפן.). און א טראקטאר.. און ער וועט באארבעטן דאס פעלד און פארקויפן די ווייץ, גערשטן און פירות און וועזשעטעבלס. און ער וועט אי"ה האבן פרנסה בריוח. און ס'וועט זיין מלאכתו נעשית ע"י אחרים. מ'וועט האבן א פאר פוילישע אדער אונגארישע גויים וועלכע זענען ממילא גלייך צו סוסים וחמורים (עם הדומה לחמור. מיט אלע מפרשים).

יעצט קומט די אינטרעסאנטע חלק, וואס וועט דיך זיכער אינרטרעסירן. מ'וועט קאנפיסקירן. פי' פארכאפן, אוועקרויבן, אלע פעקטאריס און גרויסע ביזנעסן פון די אמת'ע עשירים. וועלכע זענען דאך גרויליגע מענטשן. ס'העיסט. ער קען חתונה מאכן פאר א האלבן מיליאן דאללער. און תיכף נאכדעים מאכן א בר מצוה פאר נאך א האלבן מיליאן. און פארן 2 מאל א יאר קיין וואקאציע. איינמאל קיין ארץ ישראל. און 2 מאל קיין יוראפ. און זיך בויען א הויז אויף דעם פלאץ פון 3 הייזער אין צענטער פון בארא פארק...! און פארן אויף דעם יאכט שיף וואו מ'פראוועט א פרעסעריי פארטי מיט סטעיק און ביר. און ער האט אפגעדינגען 2 טישלעך פאר זיך און זיינע חברים. פאר 5 טויזנט דאללער איינס...!

די איינציגע ביזנעס וואס מ'גייט איבערלאזן זענען די לופט געשעפטן מיט וואס אונזערע יונגעלייט זענען עוסק ווען זיי גייען ארויס פון כולל. איינער איז אין ריעל עסטעיט. א צווייטער איז א לייף אינשורענס עידזשענט. און זיין וויב גייט ארבעטן אין אפיס פאר $500 דאללער א וואך...! איך קען איינעם. מיינער א שכן וואס איז אויכעט א גרויסער ביזנעסמאן. ער האט הונדערטער געשעפטן. ידו בכל ויד כל בו. און ער איז נאך דערצו א שטיקל עסקן אויכעט. און ער מאכט א לעבן פון דעם געלט וואס זיין ווייב גייט ארבעטן..!


אויך וועט מען געבן פריה העלטה קעיר. (ס'איז טאקע ווערט א מכה. אבער ס'איז אומזינסט.) אונזער נייע קאמוניסטישע רעגירונג וועט אויכעט שיקן א טשעק א יעדן חודש וויפיהל קינדער (אמת'דיגע און צוגעלייגטע) מ'האט אין די משפחה...!

אבער...!!! ווער ס'וועט נישט אויספאלגן אונזערע געזעצן און תקנות וועט מען פארשיקן קיין סיביר. (אמת א פלעין טיקעט קאסט א סאך ביז אהין.פארדעים איז ב"ה דא גענוג געלט. נישט אזוי ווי דזשוגאשווילי. דער באנדיט און רוצח פון גרוזיניע וואס האט אפגעמוטשעט די מענטשן און זיי פארשיקט אויף די טרעינס. וואו זיי האבן זיך געוואלגערט פאר וואכן ביז זיי זענען אנגעקומען אין גולאג/לאגער. נאר ביז בלויז א קורצע נסיעה פון צען צוועלעף שעה וועט מען אנקומען אין די פארוואפרנסטע פלעצער פון סיביר. ביז זיי וועללן תשובה טון און זיך אונטערנעמען אויסצופאלגן אונזערע תקנות...!

שוין...מי לה' אלי...! בקיצור שבת אחים איך ווארט פאר דיר מיט אפענע ארעמס...נאך עין וויכטיגע זאך. אונז וויללן מיר מאכן נאר א אידישע/קאמוניסטישע פארטיי. וואו מ'וועט רעדן אידיש. און נישט ח"ו די שפה הטמאה, העברעאיש. אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא. רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! און קיין גויים וועללן מיר נישט אננעמען...אפשר א פאר שבת גויים , וועלכע זאללן דרייוון די שמירה פאטראלל קארס. און אנצידן דעם געז אום שבת ויו"ט פאר ווער ס'דארף...!

נ.ב.: די אלע אויבנדערמאנטע ווערטער זענען בלויז פאר אינפארמאטיווע צוועקן. קיינער זאלל עס נישט אננעמען מיט אן ערנסטקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך בלויע רעקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:45 am

בעל עגלה, אויב דו גלייכסט צו שבת צו קאמוניזם מעג איך דיר צוגלייכן צו דער פריץ וואס האט אריינגעשליידערט אידן אין בורות?
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 8:59 pm

בלויע רעקל: דו קענסט מיך צוגלייכן צו וועם דו ווילסט. אבער ווען איך גלייך צו שבת צו סאציאליזם טו איך עס נישט מכח שנאה און פיינטשאפט. אדרבה. איך האב אים זייער שטארק ליעב. אבער איך מוטשע מיך איהם ארויסצוהאקן פון קאפ די נארישע מחשבות אז ווייל ער איז א סאציאליסט. א סאציאל דעמאקראט מיינט ער אז די היינטיגע סאציאליסטן. די גויים זענען פיינע, ארנטליכע מענטשן און אוהבי ישראל. איך פרוביר איהם מסביר צו זיין אז טראץ אלע זיינע סאציאליסטיע אידעאלאגיעס קוקן זיי איהם אן צוערשט און צו לעצט אלס א איד. און זייער שנאה צו אידן איז גארנישט ווייניגער ווי פון זייערע עלטערן...!

ווייל מ'דארף געדענקען אז די גרינדערס פון קאמוניזם. כאטש וואס א גרויסער טייל פון זיי זענען געווען פון אידישן אפשטאם, זענען זיי אלע אן אויסנאם געווען גרויזאמע רוצחים. פארשטייצעך דער דיקטאטאר און גרויסער רוצח און אנטיסעמיט יאזעף דזשוגאשווילי/סטאלין האט זיי אלע איבערגעשטיגן מיט די צאל רציחות וואס ער און זיינע אדיוטאנטן האבן אדורכגעפיהרט אויף מערסטנס אומ-שולדיגע מענטשן. אבער אלע. ממש אלע פון די אנפיהרערס פונ'ם קאמוניזם. אנגעהויבן פון ר' וואלף אליהו, המכונה וולאדימיר איליאיטש, לענין. דורך לייבל בראנשטיין, המכונה לעוו טראצקי. ביז ניקיטא כרושטשעוו און לאוורענטי בעריא (אויך א טיילווייזער אידישער אפשאטמיגער. (כמעט אלע אויסער כרושטשעוו האבן געהאט עפעס א שייכות מיט אידישן אפשטאם.) זענען אלע געווען גרויזאמע רוצחים און מערדערס. אויכעט דער קליינער מענטשי יעזשאוו. וואס האטציך פארגוי'אישט זיין נאמען. אבער זיין ווייב איז געבליבן מיט דעם עכט אידישן נאמען פון חנה פייגנבוים. ער איז געווען דער הויפט פון טשעקא. אדער ען קא.ווע.דע. אויכעט ער איז געווען א גרויסער און בלוטיגער רוצח.

ווען מ'ווילל אויסרעכענען אלע זייערע גרויזאמע רציחות וואלט מען געקענט אנשרייבן גאנצע בלעטער. אבער דער סיסטעם וואס וולאדימיר לענין האט געוואלט איינפיהרן איז נישט געווען אזוי שלעכט. טעארעטיש. ער האט געוואלט געבן פאר א יעדן מענטש א שטיק לאנד וואס ער זאלל באארבעטן און אן אייגן הויז. אויך האט ער געוואלט ערלויבן קליינע ריטעיל ביזנעסן און סטארס. ווי גראסעריס און אנדערע סטארס. נאר ער האט אינצווישן באקומען א סטראוק. און דער הויפט רוצח סטאלין (כדאמרן) האט פארכאפט די מאכט. און ער האט טעראריזירט דאס גאנצע לאנד פאר מער ווי דרייסיג יאר...!

און זיין אנטיסעמיטיזם האט איהם אויך געטריבן אז ער זאלל זיך נעמען צו די אידן און זיי אלע פארטרייבן אדער אויסהרג'נען, ח"ו, רח"ל. ער האט שוין אנגעהויבן אדורכצופיהרן זיין גזירה. אויף די אידן ווען ער האט אום עצם יום הפורים געכאפט א מפלה. ר'האט באקומען א סטראוק. און ביז 2 טעג איז ער געפייגערט. און א צווייטער האט איבערגענימען די מאכט. און ר'האט באפרייט אלע ארעסטירטע אידן. וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

Re: סענעטאר דזשאן מעקעין געשטארבן

הודעהדורך גראף » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 2:34 pm

זיין מאמע לעבט נאך און איז 106 יאר אלט.

http://time.com/5383959/roberta-mccain- ... r-funeral/

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron