שטארקייט אדער שלום

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

שטארקייט אדער שלום

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יעצט אין די נייעס, איבער אן אינטעריוויו וואס דער געוועזענער ירדן'ישער פריים מיניסטער וואס האט אינטערגעשריבן דעם שלום אפמאך צווישען ארץ ישראל און ירדן אין 94' אין וואס דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט ביל קלינטאן איז געווען דער פארמיטלער, און אזוי ארום ג'ענדיגט דעם מלחמה צושטאנד וואס האט געהערשט ביז דאן.

איינע פון די זאכן וואס ער ברענגט ארויס דארט איז, אז דער גאנצער שלום אפמאך איז נאר געווען און גייט ווייטער אן ווייל ס'נישטא קיין אנדערע ברירה. און ווי ער דריקט זיך אויס "ווי לאנג דו האסט נישט כח פון אנאנדערע סארט איז שלום די איינציגסטע אפציע"

ער זאגט קלאר און דייטליך "אז די אראבישע כוחות זאלן בשום אופן נישט לאזן ארץ ישראל האלטן חיפה אויב האבן זיי די כח עס צוריק צונעמען"
אויך זאגט ער קלאר אז ער שטיצט דעם שלום אפמאך אבער ער האלט קלאר אז אויב די אראבערס וואלטן געהאט די כוחות צוריק צונעמען חיפה וואלטן זיי זיך נישט געקימערט קיין רגע וועגן דעם שלום אפמאך.

פון דעם קען מען זעהן וואספארא פנים די אלע שיינע שלום אפמאכן קוקן עכט אויס. ס'נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי די יוראפעאישע פאראיין און ווי אויך אמעריקע אינטער די פריערדיגע פרעזידענטס (נישט פרעזידענט טראמפ ירום הודו) האבן געשטופט שלום מיט אלע מיני שטיקלעך ווי למשל מיט די איראנישע נוקלעארע אפמאכן, אויף וואספארא לופט ס'געבויעט.

איין זאך קען מען זיכער ארויסנעמען פון דעם אינטעריוויו, אז די איינציגסטע וועג פון שלום, אדער לאמיר עס נישט רופן שלום, ווייל ס'האט גאנץ קנאפע מיט שלום צו טוהן, נאר לאמיר עס ענדערש רופן "רואיגקייט אינעם ראיאן" איז אז ארץ ישראל ברויך פארמאגן אן אויסטערלישער מיליטערישער מאכט וואס קען צופיצלן אלע אראבישע מדינות אויפאמאל אין איין מלחמה כדוגמת מלחמת ששת הימים וואס דאן איז געווען א ריכטיגע געווינס און א גרויסע קידוש השם.
אלע אנדערע אפמאכן האט אזא פנים ווי די טשעמבערלעין פאפיר וואס איז געווען געשריבן מיט נפיחות און פאנטאזיעס.

ווי אזוי זאגט אינזער שטארקער גענעראל און קעניג, "ד' עוז לעמו יתן ד' יברך את עמו בשלום" קודם כל קומט שטארקייט, און הערשט נאכדעם קען הערשן די ברכה פון שלום.


https://www.i24news.tv/en/news/internat ... ace-treaty

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר