בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:46 pm

@סדרן, עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 400
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1560 מאל

הודעהדורך סדרן » מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:53 pm

ביטע באריכטן סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובות.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:56 pm

שקד הייסט אזוי א איד א צדיק וואס האט געראטוועט 13 איראנע אידען פון א זיכערע טויט א דאנק זיינע פילע פעולות קדושות להצילם, טאנצט אויף אידיש בליט! אפשר ווייסטו וויפול אידישע בליט האט ער גראטוועט מיט די אלטע אויסגטרעטנע וועג פון הכנעה לאומות העולם בגלות!
און די אומאחריותדיגע אויסגעשפראכענע גאוה און תאוה און פריקת עול גזירת הגלות וואס מילאנען אידישע בליט ובכלל די זעקס מיליאן קדושים און די גרמא פאר אנטסימיזים במשך די לעצטע 100 יאר זינט די פארשאלטענע רעיון הציונו וואס האט אויפגרעגט יעדען גוי בימי הגלות זיי זענען די רעטער שעמסט דיך נישט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:10 pm

שקד: אין אנהייב האביך געהאלטן פון דיר. כ'האב געזעהן א איד וואס האט א סענס פון הומאר. א איד וואס איז (כמעט) תמיד בשמחה. ער פרובירט זיך גובר צו זיין אויף אלע זיינע פראבלעמען. און ער פאלט נישט אריין אין קיין עצבות. און ער טיילט מיט זיינע געפיהלן פון שמחה מיט אנדערע אידן...! עד כאן ההספד...!

אפס. אבער. און ס'איז א גרויסער אבער. זינט דו האסט דיר ערלויבט פוצה פה צו זיין אויף א רב א גאון און א צדיק. א מנהיג ישראל. וועלכער איז פונקט יעצט נסתלק געווארן. מיט די געמיינסטע לשונות של בזיון. נניח אז דו האסט געהאט פערזענליכע טענות צו איהם. דארף מען אבער אויך געדענקען אז ער איז געווען א איד א גאון און א צדיק. אן איש אמת. און דו האסט איהם געמאכט כאחד הריקים, ח"ו. וואו איז זיין יושר. זיין צידקות. זיין יראת שמים. זיינע צדקות. זיין זיכוי הרבים. זיין הרבצת התורה...?!

ועכשיו הוספת חטא על פשע. דו האסט גענוצט אזעלכע געמיינע אויסדרוקן אויף ר' משה בער בעק. פיין. אמת. רוב מענטשן זענען נישט מסכים מיט זיין דרך. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט אויס ערליכער איד. איידעלער איד. און גרויסער תלמיד חכם. און בעל מידות. צו נוצן אזעלכע אויסדרוקן ווי דו האסט גענוצט אויף איהם שטעכט א יעדן איינעם און ס'טוט וויי עד דיכדוכה של נפש...!

מכאן יוצא הקריאה. טו תשובה. און זיי מפייס די 2 צדיקים. אט פון דא. פון דעם פארום...וה' הטוב יכפר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:15 pm

איך בין גאר א קליינער חסיד פון ר' משה בער בעק -- ער איז ביי מיר פונקט אזוי אפגעפרעגט ווי משה מענדלסאן איז אפגעפרעגט אין ראדני סטריט. אויב איינער וואס נויגט אפ פון אידישקייט אויף לינקס, באקומט נישט קיין קרעדיט פאר זיין ערליכקייט און גוטע כוונות, זע איך נישט פארוואס מ'זאל יא געבן אזא קרעדיט פאר איינער וואס נויגט אפ אויף רעכטס.

אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין היתר צו שרייבן גרויליגע לשונות אויף א צווייטן מענטש וועמענ'ס חטאים זענען מער-ווייניגער אידעאלאגיש. ער האט קיינעם נישט גע'הרג'ט, און האט זיך אויף קיינעם נישט מתאכזר געווען, און אכזריות'דיג טאנצן אויף יענעמ'ס בלוט ווען ער איז על ערש דוי, איז א הארבע מידה מגונה.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2621
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3564 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10296 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:34 pm

ר' מב דרעק האט מאוסט סערטענלי יא געטאנצן אויף הייס אידיש בליט ווען ער האט מחזק געווען דעם ארכי רוצח אראפאט ימש''ו בחייו ואחרי פגירתו, ועוד כמה רוצחים שפלים.

יעצט, כ'ווייסט נישט פונקטליך וואס מען דארף עם אנווינטשן יעצט ווען ער שמעקט די ערד, אבער די וואס קומען פון א פלאץ ווי מען טיילט ימח שמו'ס און שר''יס מיט א ברייטע האנט כאילו עס וואלט געווען פרישע פיצא מוצאי פסח זאלן זיך האלטן שטיל.

איי געסס מען קען עם אנווינטשן ער זאל זוכה זיין זיך צו האלזן און קישן מיט זיין אזוי באליבטן פריינד אראפאט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:49 pm

הגם אז שקד האט גערעדט אויף מיר און מיינס, און איך בין נישט איינשטימיג מיט זיין ווערטער אפפאל אויף ר׳ מאטעלע און להבחל"ח ר׳ משה בער, מ"מ זעי איך נישט אז מ׳דארף אים אויסשפארן. ער האט אן אומפאפולערע מיינונג, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער וואס דרייט זיך דא איז מסכים צו אים. מ׳קען לכתחילה בלייבען אין א צימער מיט א מענטש וואס טראכט און האלט אנדערש. דאס מיינט נישט אז דו ביסט מיט אים.

שלעפט׳ס ענק ארויס פון די חרדישע קרענק פון גילט ביי אסאוסיעשען און איינפארביגע שמועסן.

דער וועלט איז קאלירפול, פון שיינע גלאנצעדיגע קאלירן ווי מיאוס ברוין. אלס אינאיינעם מאכט די וועלט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:50 pm

איך אויך האט געשריבן:ר' מב דרעק האט מאוסט סערטענלי יא געטאנצן אויף הייס אידיש בליט ווען ער האט מחזק געווען דעם ארכי רוצח אראפאט ימש''ו בחייו ואחרי פגירתו, ועוד כמה רוצחים שפלים.

יעצט, כ'ווייסט נישט פונקטליך וואס מען דארף עם אנווינטשן יעצט ווען ער שמעקט די ערד, אבער די וואס קומען פון א פלאץ ווי מען טיילט ימח שמו'ס און שר''יס מיט א ברייטע האנט כאילו עס וואלט געווען פרישע פיצא מוצאי פסח זאלן זיך האלטן שטיל.

איי געסס מען קען עם אנווינטשן ער זאל זוכה זיין זיך צו האלזן און קישן מיט זיין אזוי באליבטן פריינד אראפאט.

איך צוטיר עס אז מ'זאל וויסן וואס סדרן האט געמעקט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1438 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:53 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הגם אז שקד האט גערעדט אויף מיר און מיינס, און איך בין נישט איינשטימיג מיט זיין ווערטער אפפאל אויף ר׳ מאטעלע און להבחל"ח ר׳ משה בער, מ"מ זעי איך נישט אז מ׳דארף אים אויסשפארן. ער האט אן אומפאפולערע מיינונג, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער וואס דרייט זיך דא איז מסכים צו אים. מ׳קען לכתחילה בלייבען אין א צימער מיט א מענטש וואס טראכט און האלט אנדערש. דאס מיינט נישט אז דו ביסט מיט אים.

זיך קעגנשטעלן א מענטש אויפ'ן שארפסטן אופן איז איין זאך, אבער דאס קענען טון נאר דורך נוצן עקלהאפטיגע און קינדערישע אויסדרוקן איז גאר עפעס אנדערש וואס קיינער איז נישט מחויב צו טאלערירן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2621
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3564 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10296 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:04 pm

אוי וויי אזויפיל עהרליכע יודן גייען אוועק פון דער וועלט...
ס'האט זיך אנגעהויבען ביי העלבראנץ
ס'איז געגאנגען ווייטער צו ראבינאוויטש
און יעצט האלט שוין די מלאך המוות ביי בעק...
געוואלד....
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:45 pm

גדליה: אינטרעסאנט. דו האסט אנטדעקט א מורא'דיגן פאקט...זייט אדם הראשון זענען שוין א פאר טריליאן מענטשן אוועק. און ס'סטאפט נישט. כ'האב מורא אז ס'וועט אזוי אנגיין ביז תחיית המתים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך מתחזקק » דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:39 am

איך זעה אז קיינער וויסט דא נישט וואס גייט באמת פאר מיט ר' משה בער
איך בין א משפחה זיינער
דאס מיינט נאך נישט אז איך האלט וואס הער האלט.
בכל אופן אויב איינער וייסט וואס טויט זיך ביי אהים וועל איך זיך פרייען צוי הערן
מתחזקק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:31 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:52 am

מתחזקק: איין זאך בעט איך ביי דיר. דו זאלסט אוודאי נישט ווערן א ספרא דדיינא. אדער א קאורט רעפארטער. בכל אופן נישט אין די אידישע שפראך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:21 am

און ווי איז די קשר צווישן די צוויי?...

בילד
בילד
בילד
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:37 am

ימים ידברו האט געשריבן:שקד הייסט אזוי א איד א צדיק וואס האט געראטוועט 13 איראנע אידען פון א זיכערע טויט א דאנק זיינע פילע פעולות קדושות להצילם, טאנצט אויף אידיש בליט! אפשר ווייסטו וויפול אידישע בליט האט ער גראטוועט מיט די אלטע אויסגטרעטנע וועג פון הכנעה לאומות העולם בגלות!
און די אומאחריותדיגע אויסגעשפראכענע גאוה און תאוה און פריקת עול גזירת הגלות וואס מילאנען אידישע בליט ובכלל די זעקס מיליאן קדושים און די גרמא פאר אנטסימיזים במשך די לעצטע 100 יאר זינט די פארשאלטענע רעיון הציונו וואס האט אויפגרעגט יעדען גוי בימי הגלות זיי זענען די רעטער שעמסט דיך נישט


עס האט נישט אויפגערעגט יעדען גוי, און אויך נישט יעדען איד. עס אויפגערעגט אפאר אנטיסעמיטישע גוים, און אפאר אויפגערעגטע אידן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך קוקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:15 pm

ארי נוהם האט געשריבן:@סדרן, עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.

כ'מיין אז דער שקד איז א פארגאנגענהייט
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:22 pm

קוקי האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:@סדרן, עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.

כ'מיין אז דער שקד איז א פארגאנגענהייט

אז שקד אליינס זאגט אז שקד איז פארגאנגענהייט, ווער זענען מיר אריינצורעדן?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג מערץ 19, 2019 1:01 am

וואס ווען וואו..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דוראק און 2 געסט