ניקי העילי / הענרי קיסינזשער.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

ניקי העילי / הענרי קיסינזשער.

שליחה דורך קאך_לעפל »

די געוועזנע סעקרעטארישע פון די פאראייניגטע שטאטן צו די אראבער-פאראיין (UN) הרבנית ניקי העילי תחי', האט לעצטענס געדאנקט איר אנגעבליכער פרעסטיזשפולער פאסטן אן קיין שום אנגעגעבנע אורזאך. פילע געהיימפולע קאנספיראציעס וועבן זיך אין די פאליטישע קארידארן אין וואשינגטאן איבער איר פלוצלינגע באשלוס. אבער דער ווירקליכער אורזאך איז אצינד מפה לאוזן לא מגלים. פארוואס?

זי האט לעצטענס געזאגט אין א אינטערוויו, אז דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט, דער לעגענדארער גרייז-גרויער זקן רבי הענרי קיסינזשער שליט''א, האט איר נאכאנאנד געגעבן טאט און ראט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די פראזיטן און ליידיג גייער, וועלכע קוועטשן די באנק דארט אין די פאראייניגטע פעלקער פאראיין.
און ס'איז טאקע זייער שטארק מערקבאר. זי פלעגט זיך באנוצן מיט די זעלבע דיפלאמאטישע מעטאדן ווי דער פיפיגער קיסינזשער.
וו.צ.ב.ש. קיסינזשער האט געדינט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט אונטער פרעזידענט ניקסאן. ווי ס'איז באוויסט איז דער ניקסאן געווען האלב אזוי משוגע ווי דער איצטיגער פרעזיענט טראמפ. און דער קיסינזשער, האט אין זיין דיפלאמאטיע אויסגענוצט דאס שרויפל-פעלעריי פון זיין אויבערהאר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.ווען ער האט געוואלט באיינפלוסן שווערער פארשוינען צו גיין אין שפאן מיט די פאליטיק פונעם סטעיט דעפארטמענט, פלעגט ער יענעם אריין מורמלען אין אויער, טוה א קוק, די ווייסט דאך אז פאר מיין אויבערהאר איז א פעלער-האפטיגס, און די ווילסט ווארשיינליך נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט, אלזא שטעל דיך עטוואס צו...ווי ווינדערליך ס'זאל זיך נאר נישט הערן, האט דאס פול מאל אויסטערליש גוט געארבייט.
רעביצן העילי פלעגט צו טאן די זעלבע... זי איז אבער ווייט, ווייט, נישט אזוי קליג און כיטרע ווי דער יעקישער איד קיסינזשער.

הוא היה אומר:
אז די ווייסט נישט וואו די גייסט, וועלן דיך סיי וועלכע שטראזן נישט פירן קיין ערגץ.
הוא היה אומר:
90 פראצענט פון די פאפולאציע, גיבן פאר די אנדערע 10 א שלעכטע רעפאטאציע.
הוא היה אומר:
די מיסיע פון א פירער איז צו נעמען זיינע מענטשען פון וואו זיי זענען, צו וואו זיי זענען נאכנישט געווען.
הוא היה אומר:
דאס נישט עקזיסטענס פון אלטערנעטיוו, קלארט אויס דער מוח אויף א וואונדערבארער פארנעם.
הוא היה אומר:
ס'קען זיך נישט מאכן קיין קריזיס נעקסטע וואך, ווארום מיין טאגס-ארדענונג איז שוין פול.

מ'זעט שוין היינט נישט אזאנע סארט קליגע לייט ווי רבי הענרי קיסינזשער זאל מאריך ימים זיין...

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר