אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:10 pm

אויפדעקונג!
עס איז יעצט ערשינען א בריוו וואס הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל האט געשריבן פאר בעלזע רב אז ער האט אונטערגעשריבן קעגען אים ב"צוק העיתים" ווייל מען האט אים געסטראשעט אז מען וועט אים באווארפן מיט שטיינער אויב ער שרייבט נישט אונטער
בייגעלייגטע פיילס
Capture.PNG
בריוו
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:16 pm

פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9786 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:22 pm

זייער אינטרעסאנט! יישכ
ר' ראובן, היינט קען מען דעס נישט פארשטייען אבער אין יענע יארען האט זיך עס געקענט גרעניצען מיט פיקוח נפש
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1068
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1733 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:24 pm

רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2668
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1793 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:27 pm

הרב דולה@ האסט מיט דעם ב''ה בארואיגט דיין געוויסן בין - זייער פיין
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 536
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:28 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.

וואס איז דא צו לאכען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1068
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1733 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:34 pm

ראובן אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:15 pm

גדליה האט געשריבן:ר' ראובן, היינט קען מען דעס נישט פארשטייען אבער אין יענע יארען האט זיך עס געקענט גרעניצען מיט פיקוח נפש

וועלכער שונא פון סאטמאר איז גע'הרג'עט געווארן? (חוץ חיים שאולזאן -- כמעט) יא, סאטמאר האט געקענט (און קען נאך אלץ) טעראריזירן און פייניגן, אבער דאס גיט רעכט צו לאזן נוצן דעם נאמען צו מיאוס באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש, א מנהיג פון טויזנטער אידן, און דאס לאזן אזוי אנגיין פאר קרוב צו דרייסיג יאר? די יסורים וואס ער האט גורם געווען פאר'ן בעלזער רבי'ן (און זיינע חסידים) מיט'ן זיין א טייל פון די חותמים איז נאך אזוי שטארק געווען ווי די יסורים וואס ער וואלט געליטן ווען ער וואלט נישט אונטערגעשריבן. זייט ווען איז א תירוץ צו פייניגן א צווייטן ווייל מ'וויל אליין נישט ווערן געפייניגט?

נאר וואדען? הג"ר יצחק און אנדערע זענען בשנות תש"מ נישט געווען אזוי זיכער וואס צו טון. פון איין זייט האבן זיי געהאלטן אז דער בעלזער רבי איז א ווילדער בחור וועלכער מעג כאפן א פליק, אבער פון דער אנדערער זייט האבן זיי נישט אינגאנצן געקויפט די סאטמארער פראפאגאנדע אז ער איז א שייגעץ. זיי האבן טאקע אונטערגעשריבן אומזיכערערהייט א דאנק דעם שטופ פון סאטמארער טעראר. וואלט ווען דורכגעגאנגען דרייסיג יאר און עס וואלט זיך ארויסגעשטעלט אז די בעלזער קהילה איז געגאנגען אין דער ערד א דאנק דעם רבי'ן, וואלטן ר' יצחק וחביריו גאנץ שיין גענומען קרעדיט פאר זייער חתימה, און געזאגט, "זעסט, אונז האמיר שוין דעמאלט געזען אז ער טויגט נישט." למעשה האט זיך נאך דרייסיג יאר ארויסגעוויזן אז בעלז איז תחת דגלו פון הר' י. ד. רוקח געווארן פון די שענסטע -- אויב נישט די שענסטע -- חסידישע קהילות אויף דער וועלט, ממילא האבן זיי זיך דערמאנט פון זייערע ספיקות'דיגע הארץ-קלאפענישן, און מחליט געווען זיך אפצושאקלען פון זייער חתימה.

כ'וויל נישט אינגאנצן באשולדיגן ר' יצחק'ן -- ער איז געשטאנען ביי א גרויסן נסיון. אבער ער איז ליידער דורכגעפאלן, און דאס זוכן תירוצים אויף דעם איז נישט בסדר. ער האט געזאלט זאגן, "חטאתי עויתי פשעתי, היינט זע איך אז כ'האב געמאכט א שרעקליכער טעות," און פאלן דעם בעלזער רבי'ן צו די פיס בעטן מחילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראובן אום מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9786 מאל

Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב

הודעהדורך מארמאראשער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:26 pm

א בילד פון רבי יצחק האט איינער ?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 6:05 pm

האט דער עולם געליינט דער בריוו?
ער שטעלט צו די קאמיוניסטען צו סאטמאר! און ער ברענגט זיין מקור פון דער בעלזער רב זעלבסט! און ער פארטיידיגט זיך אז ער האט נישט געחתמ'ט, נאר נישט מוחה געווען ווען זיי האבען גענוצט זיין חתימה.

און בד"וו, איך בין נישט זיכער אז די פליק איז נישט געווען די סבה וואס בעלזא האט זיך געלערנט אז זיי מוזען זיך עטוואס איינהאלטען און נישט גייען צו ווייט. צושטעלען די מציאות פון היינט, ווען בעלזא האט געכאפט א נורא'דיגע פליק פאר יארען לאנג, צו וואס וואלט געווען ווען זיי קענען טון ככל העולה על רוחם אן יין שום מחאה, איז נישט צו דער זאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8390 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 7:53 pm

די נקודה פארן המון עם איז נישט צו הרב מאשקאוויטש איז געווען א צדיק, רשע אדער בינוני. די נקודה איז נאך א שטיקל באווייז איבער די סאטמארע טעראר. קיין חידוש איז עס נישט אבער נאך א דאקומענט צוצולייגן צום קאלעקציע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2850
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6557 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 8:03 pm

ראובן האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?

ראובן: און וואו איז דער לא תגורו...?!

ועוד. דאס טוט אפשוואכן און אוועקנעמען דעם תוקף פון אלע זיינע אנדערע חתימות. ווייל אפשר האט ער שוין געמאכט א מסירת מודעה מיט עדים אז זיין יעצטיגע חתימה איז נישט געווען מרצונו. נאר בכפייה...!

וכבודו במקומו מונח. וינוח בשלום על משכבו ונאמר אמן. בגן עדן תהא מנוחתו...תנצב"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8496 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 8:19 pm

הוגה האט געשריבן:די נקודה פארן המון עם איז נישט צו הרב מאשקאוויטש איז געווען א צדיק, רשע אדער בינוני. די נקודה איז נאך א שטיקל באווייז איבער די סאטמארע טעראר. קיין חידוש איז עס נישט אבער נאך א דאקומענט צוצולייגן צום קאלעקציע.

דאס איז א היסטארישער דאקומענט און יעדער קען ארויסנעמען וועלכע נקודות ער/זי וויל. ביסט גערעכט מיט דיין נקודה וועגן סאטמאר, אבער דאס נעמט נישט אוועק די לעגיטימיטעט פון דן זיין אויף הרב מאשקאוויטש און זיין מהלך.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9786 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:24 pm

איך האב געכאפט הייסע לאקשן
איך קוק יעצט איבער די בריוו זע איך אז ער שרייבט קלאר אז ער האט נישט אונטערגעשריבן נאר ער האט געזאגט פארן מזכיר אין סאכדעס אז ער קען נישט ארויסגיין פארדאמען אז מען האט געניצט זיין חתימה בגניבה ווייל אויף דעם איז ער נישט מחיוב צו גיין אויף קידוש השם
עס ברענגט נאר ארויס די טעראר וואס מען ניצט דא כופה צו זיין די רבנים

והיינו טעמא דבעלזא והיינו טעמא דעירוב און אזוי ווייטער
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:37 pm

אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?
בייגעלייגטע פיילס
מכתב הרב מאודווארי.jpg
האודווארי במכתב לבעלזאי.PNG
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קפה נמס אום מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:40 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:39 pm

ראובן האט געשריבן:דאס איז א היסטארישער דאקומענט און יעדער קען ארויסנעמען וועלכע נקודות ער/זי וויל. ביסט גערעכט מיט דיין נקודה וועגן סאטמאר, אבער דאס נעמט נישט אוועק די לעגיטימיטעט פון דן זיין אויף הרב מאשקאוויטש און זיין מהלך.

צ"ל זי/ער, וכן נוהגין במדינתינו.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2213
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1384 מאל

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:48 pm

ראובן האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?


עס קומט קרעדיט פאר אזעלכע תלמידי חכמים און זקני הרבנים ווי נייטרא'ער דיין און הרב מאודווארי וואס האבן נישט מורא געהאט צו זאגן אויף די עלטער "טעיתי" (און עס דאקומענטירן) מיט עפעס וואס גייט זיי נישט ברענגען קיין כבוד אין וויליאמסבורג..
עס האט זיכער געפאדערט אסאך שטארקקייט און ערנסטקייט צו טוהן דעם שריט. צו קומען און אראפרייסן פונקט זיי איז לדעתי אומפאסיג.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 10:57 pm

ראובן האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה?
און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?

על ראשון, אפשר איז ער געווארן עלטער און זיך געמאכט א חשבון הנפש.

על אחרון, דער בעלזער רב איז נישט געוועזן אינגאנצן אומשילדיג, די שאלה איז נאר צו עס איז זיך אים געקומען אזא ברוך הבא. נאך א זאך, הרב מאשקאוויטש' חתימה איז געווען איינס פון צענדליגע, ממילא האט עס נישט געהאט קיין זעץ קראפט. משא"כ ווען ער חתמה'ט נישט, וואלט ער געהאט א פריצייטיגע איין וועגיגע טיקעט צום בית דין של מעלה.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 255 מאל

הודעהדורך ונתנהתוקף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:44 am

דאכצעכמער האט געשריבן:ראובן אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...


אבער עס ברויך אויך געדעקט ווערען די צד שכנגד, כלומר, די חוצפה פין בעלזער רב זאל מאריך וכו', און דאס איז שוין א שטיקעל סכנה היינט.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:54 am

פון ווי קומט דאס און ווער זאגט אז די גאנצע בריוו איז בכלל אמת?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2575
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2685 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:55 am

קפה נמס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?

ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2575
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2685 מאל

Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:23 am

ווען איך האב געהערט בשעתו פון די בריוו פון דער אודווארי רב, האב איך איינעם געזאגט "באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8390 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:14 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: "באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.

ס'דארף אויך צו זיין א בריוו פון דער בעלזער, אז ער האט אויך גארנישט געמיינט צו רעדן קעגן סאטמארע רב...

#ליהודיםהיתהאורה
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3010
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2038 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:07 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
קפה נמס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?

ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?

ר' יחזקאל ראטה זיכער, קאליב, כונת הלב, סיגעיט, שאפראן, ועוד כמה
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2213
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1384 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:42 am

קפה נמס האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?


עס קומט קרעדיט פאר אזעלכע תלמידי חכמים און זקני הרבנים ווי נייטרא'ער דיין און הרב מאודווארי וואס האבן נישט מורא געהאט צו זאגן אויף די עלטער "טעיתי" (און עס דאקומענטירן) מיט עפעס וואס גייט זיי נישט ברענגען קיין כבוד אין וויליאמסבורג..
עס האט זיכער געפאדערט אסאך שטארקקייט און ערנסטקייט צו טוהן דעם שריט. צו קומען און אראפרייסן פונקט זיי איז לדעתי אומפאסיג.

שטארקקייט? שטארקקייט וואלט געווען ווען ער טוט עס בחייו. ער האט געטון דאס ווייניגסטע וואס א ירא שמים קען טון נאכ'ן טון אזא שרעקליכן אומרעכט. ער האט נישט גענומען קיין שום ריזיקע נאכ'ן העלפן באשמוצן א מנהיג ישראל און א קהילה קדושה כדי זיך צו מאכן דעם לעבן באקוועמער. נאר ווען ער איז עלטער געווארן, און האט אנגעהויבן ציטערן פאר'ן יום הדין האט ער מחליט געווען אז ער וועט טון דעם מינימום זיך צו בארואיגן אז ער וועט האבן א פתחון פה פאר'ן בי"ד של מעלה. כ'זע נישט דא קיין שטארקקייט, נאר שוואכקייט.

אוודאי איז ער בעסער ווי די פינסטערע עלעמענטן, רשעי ישראל, וואס וועלן ביזן קבר אריינטראגן זייער גרויליגע שנאה קעגן יעדן מענטש וואס איז אנדערש פון זיי. אבער קיין סך קרעדיט קומט זיך נישט פאר אים אויף דעם פרט. (דאס נעמט נישט אוועק ווער דער מענטש איז געווען. מ'איז נאר דן אויף דעם ספעציפישן בריוו.)
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9786 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 10 געסט