א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געווענדליך איז פאליטיק מיר נאר אינטרעסאנט אין די היסטאריא, וואס ווייטער וואס אינטרעסאנטער. אבער דאס ביסל וואס איך האב געהערט וועגען די יעצטיגע וואלען אין א"י האט מיר עפעס אויסגעלערנט, וויל איך עס מיטטיילען.

איך האב ערשט געהערט דער ׳לעשות רצונך חפצתי׳ דרשה היינט, נאכ׳ן בחירות, און עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקען וויאזוי די פראפאגאנדא ארבעט. דער מענטש האט אזוי שטארק געטענה׳ט אז דער אגודה מועמד האט די מערסטע אויסזיכטען צו געווינען, און אז אלע שטעלען זיך צו, וועט זיי געלונגען. ווידער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו דגל התורה איז סתם אזוי שוואך, און מ׳גיבט זיי אלס נאך למען השלום. דערנאך האט ער פארציילט מעשה׳ס פון הכרת הטוב וואס דגל התורה דארף האבען צו אים ווייל ווען נישט פאר אים וואלט זיך עס נישט געגרינדעט (הייסט׳ס ער טראגט די שולד פאר די דורכפאל) און בעיקר אז די דגל התורה׳ניקס קענען נישט פארליידען א חסידיש׳ער ראש העיר.

שוין, לאמיר זען וואס איז דער אמת. איך קען נישט זיין זיכער, אבער מ׳האט מיר איבערגעגעבען אז די אפמאך מיט משה ליאון האט גארנישט געהאט מיט די אלע זאכען. עס איז געווען א סודות׳דיגע אפמאך מיט אביגדור ליעבערמאן אז ער גייט מוותר זיין (עטוואס) אויף גיוס בני הישיבות, טאמער מ׳שטיצט ליאון אין עיריית ירושלים. יעדער פארשטייט אז אזעלכע דארפען בלייבען בסודי סודות, און ממילא האט מען גענוצט לאזונגען פון הכרת הטוב און כבוד התורה.
פרעגסט צו דאס איז אמת, ווייס איך נישט. אבער מיר פון חו"ל דארפען אוודאי לערנען דערפון וואס איז מעגליך צו זיין אמת. פונדערווייטענס קען מען נישט וויסען וואס ליגט אונטער די מעשים, מ׳קען זיך האלטען זיכער, מיט ראיות, אז עפעס איז געשען, און דערווייל האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת.

יעצט, אז מ׳קוקט די תוצאות פון די בחירות, ווערט ווידער שווער זיין רייד. יוסי דייטש איז ניטאמאל אנגעקומען אין ערגעץ, ליאון האט באלד דאפעלט וואס ער האט. און דגל התורה האט די מערסטע פון אלע פרומע פארטייען. עפעס א טעות אין די חשבון? אדער, מער מסתבר, אז אלע נומערען מיינען גארנישט ווייל אונטער די קוליסען טוט זיך און שוועבט זיך גאר אנדערע געדאנקען און פאקטען.

לחיים לחיים, זאלען אלע פאליטיקאנטען הצלחה האבען מיט סיי וואס, און הכרת הטוב מיט כבוד התורה, מיט כבוד פון צדיקים און סיי וועלכע לאזונג זאלען אלע זיך שלאגען מיט גליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר