ליבערמאן רעזיגנירט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

ליבערמאן רעזיגנירט!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ירושלים - די נייעס קומט אצינד אריין אז דער פארטיידונגס מיניסטער מדינת ישראל אביגדור ליבערמאן האט מיט אויפברויז רעזיגנירט פון זיין פרעסטיזשפולער-אמט אלס שר הביטחון פון מדינת ישראל.

דער אנגעבליכער אורזאך פון זיין פּלוצלינגע רעזיגנאציע, איז צוליב דער פייער-אפשטעל וואס איז נעכטן אריין אין קראפט, צווישן די מיליטערישע קרעפטן פון מדינת ישראל און די חאמאס טעראר קרעפטן. ליבערמאן, וועמענס אויפגאבע ס'איז דאס זיכערקייט פונעם לאנד איז ביי די מיינונג, אז דער פייער-אפשטעל באדייט אז מדינת ישראל האט זיך ווירקליך אונטערגעגעבן פאר די פארשאלטענע חאמאס טעראריסטן, א שריט וואס לויט אים שטעלט דאס אין געפאר דאס זיכערקייט פון לאנד. דאס איז אפגעזען פון די פילע געפעכטן וואס ער האט נאכאנאנד געהאט מיטן פרעמיער בנימין נתניהו, וואס צייכנט זיך אויס מיט זיין אראגאנץ און שוואלבערישקייט, און פירט דאס לאנד אינגאנצן לויט זיין געשמאק, אן זיך צו רעכענען מיט די מיניסטארן פון זיין קאבינעט.

ווען מען אנאליזירט אביסל די אנטוויקלונגען פון די געשעענישן, הייבן זיך די ברעמען מיט וואונדער. נעמליך, די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן פון מדינת ישראל האבן דורכגעפירט געהיימע מיליטערישע איבונגען אין עזה, און צו זייער שלעכט מזל זענען זיי אנטדעקט געווארן דורך די זיכערהייטס קרעפטן פון כאמאס, אין רעזולטאט האט א שווערע פייער אויסטויש אויסגעבראכן צווישן די כאמאס טעראריסטן און די מדינת ישראל געהיימע איינהייטן. דער קאמאנדיר פון די ספעציעלע קרעפטן האט א פארלוירענער באלד אלארמירט די לופט איינהייטן פון מדינת ישראל פאר באלדיגע הילף. און ס'האט טאקע נישט גענומען צו לאנג ביז ווען די סקוואדראנען פון די ציוניסטישע לופטוואפע האבן זיך באוויזן אין לופטן העכער עזה, און אנגעהויבן העפטיג באמבארדירן סטראטעגישע ערטער אין עזה, און די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן האבן אויסגענוצט דעם באלאגאן וואס די באמבאדירונגען האבן פאראורזאכט פארשוואונדן צו ווערן אין איילעניש צו די אנדערע זייט גרעניץ.

אין רעזולטאט פון די אגרעסיווע לופט-אטאקעס זענען זיבן פאלעסטינער ברוטאליש גע'הרג'עט געווארן. דאס האט זעלבסט-פארשטענדליך שרעקליך אויפגעברויזט די פאלעסטינער, אזש די באגרעבעניש-צערעמאניעס פון די גע'הרג'טע זענען פארוואנדלט געווארן צו העסליכע פארזאמלונגען, און די צעיושעטע מאסן האט געשריגן פאר נקמה. און די כאמאס פירער מוזן דאך צייגן פאר זייער אונטערטאנען אז זיי זענען ווירקליך עפעס ווערד, אזוי אז זיי זאלן ווייטער קענען פארבלייבן ביי די מאכט, האבן טאקע פארארדענט א מאסיווער ראקעטן באראזש קעגן מדינת ישראל.

די ציוניסטישע קרעפטן קריכן אריין אין מיטן די נאכט צום אומפריינדליכער שכן, און ווען דער העסליכער שכן האט רעאגירט גענוי ווי מען רעאגירט ווען מ'דערזעט זיך מיט א רויבער אינדערהיים אינמיטן די נאכט, האבן זיי זיך מיטאמאל דערזען לויפן פאר זייער לעבן פון די מעכטיגע באמבעס וואס זענען געפלויגן העכער זייער קעפ, דאס האט זיי גענצליך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. דערפאר האבן זיי רעאגירט ווי א בייזער העסליכער שכן רעאגירט ווען באזוכט אים אינמיטן די נאכט מיט אומפריינטליכע צילן. דאן מיט וואס פאר א רעכט האט מדינת ישראל אטאקירט עזה? האסט איינגעמאכט? זיץ שטיל און עס די קאצעקווענצן! האט דאך דער פרעמיער בנימין נתניהו פילייכט יא גוט געטאן מיטן איינגיין אויף א פייער-אפשטעל, דאן פארוואס איז דער רבי אביגדור אזוי בייז? אזש ער דאנקט גאר זיין פאסטן?

ולליבערמאן הפתרונות...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר