די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:53 am

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 2:03 pm

איך זעה דו קומסט דיך גוט אויס מיט האסידיק 1, ער נעמט פון דיר און דו נעמסט פון אים.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 10:19 pm

דער נקמה איז מותר.

ווי אויך, גונב מן הגנב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 11:03 pm

אדער אפשר זענען זיי ביידע די זעלבע מענטש, נאר די גאנצע אויפברויז איז אויס מורא פון גילוי......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 1:26 pm

און א ראיה האסט די עס שטייט בפירוש אין פסוק ובמורא גדול זה גילוי
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:58 pm

עיני עיני ירדה מים, על שבר בת עמי!

אבער... מיר האבן שוין דורכגעלעבט שווערערע מצבים, מיר זענען דעם עם הנבחר וואס שטייען פעסט. קיין שום כוחות אויף די וועלט קענען אונז נישט רירן. מיר וועלן פארבלייבן גאנץ, דעם איינציגסן פך שמן טהור. קיינער וועט אונז נישט צוברעכן, פונקט אזוי ווי עס איז קיינעם נישט געלונגען אונז צו צוברעכן ביז אהער.

יעצט חנוכה איז דאך די צייט, ווען עס איז געווען 'טמאים ביד טהורים, רבים ביד מעטים'. מיר זענען א שה נדחה בין שבעים זאבים, אבער מיר פארטרעטן דאס אידישע פאלק מיט א שטאלץ.

פונקט אזוי ווי דער הייליגער פאלק האט דורכגעשוויצט שווערע צייטן פון רדיפות, בלוט בלבולים, הריגות ושחיטות, און פארט זענען מיר דא אלס אידישע פאלק. חזר'ט זיך די זעלבע היסטאריע איבער אצינד. דער אמת'ע הייפעלע אידישע קינדער, ברכיים אשר לא כרעו לבעל, דער פח שמן טהור, גייען אריבער שווערע נסיונות, בשעת די יונים פראבירן צו מטמא זיין און פארשוועכן כבוד ישראל המושפל עד עפר, אבער דער סוף איז, אז נצח ישראל לא ישקר, מיר וועלן בלייבן פעסט און שטארק. קיינער וועט אונז נישט צוברעכן.

איר, פון אייער זייט, האט איר שוין פראבירט צו טון אלעס וואס איר האט געקענט, און לויט אייער זייגער האט שוין מער נישט געדארפט פארבלייבן קיין שטיין אויף א שטיין פון אונזער שטעטעלע בבל. מיר זענען דא! - מיר עקזיסטירן! - און מיר וועלן ווייטער עקזיסטירן!

ומכאן הקריאה יוצאת:
טייערע הייליגע אידן!
איר שטאמט דאך פון אזעלכע הייליגע אבות. אייערע זיידעס האבן געהאט מסירת-נפש פאר אידישקייט. אייערע באבעס האבן פארגאסן טייכן טרערן ביי די ליכט, אז איר זאלט זיין ערליכע אידן און דינען דעם אויבערשטן, אייערע זיידעס האבן געשפיגן בלוט פאר אייערט וועגן. איר מיינט אז זייערע טרערן זענען פארגעסן געווארן אומזינסט? - ניין! וויפיל טרערן אייער זיידע האט פארגאסן ביי "ונהיה אנחנו וצאצאנו", אדער ביי חנוכה ליכט, איז אלעס געווען לבטלה? - זיכער נישט! - דער אויבערשטער ווארט אויף אייך און ער רופט צו אייך.

אידן, וועקט אייך אויף פון דעם אמעריקאנעם שלאף! - הויבט אויף אייערע אויגן פון דעם גשם אין וועלכן איר זענט פארזינקען! - לאזט אפ א רגע דעם גאפל פון די סושי און סטעיק, טראכט א מינוט מיט לאגיק. איז דאס טאקע אויף וואס אייער זיידע האט ארויסגעקוקט? - דער סמארטפאון איד, אדער אין בעסטן פאל דער סושי איד, וואס ליגט פארזינקען בתאוות יצרים אין אמעריקע? - לאמיר זיך נישט לאזן נארן, איר זענט דאך קאווע שטיבל אידן, אינטערנעט קעפ. איז דאס אויף וואס אייערע זיידעס האבן זיך געלאזט הרג'ענען פאר גאט'ס נאמען?

אידן, איר זענט דאך א חלק אלקי ממעל! - איר זענט אסאך מער פון דעם... עס ליגט אין אייך אן אוצר... איר זענט א אידיש קינד, א פח שמן וואס מען דארף טרעפן כשרע'הייט, אונטערן חותם פונעם כהן גדול. גיבט אכט אז די מתיוונים פון אמעריקע זאלן אייך נישט מטמא זיין און איבעררעדן. ווי אזוי האט נאר דער מונקאטשער געשריגן בדם לבבו: "מ'קען האלטן שבת אין אמעריקע, איר דארפט האלטן שבת... מ'וועט האלטן שבת וועט אייך גוט זיין" - מ'קען זיין א פארצייטישער איד אין אמעריקע, מ'קען זיין ריין, מ'קען זיין הייליג, אפילו אין אמעריקע. יא! - ס'קאסט א פרייז, איך פארשטיי אז עס איז אייך שווער, אבער מ'קען. און ווער נאך אזוי גוט ווי אייך ווייסט, אז אויב איז מען אן ערליכער איד, אפילו אין אמעריקע, דעמאלס וועט אייך גוט זיין.

קומט נאר אריבער איין שבת אין גוטאמאלא, ביי אונז אין בבל, פארזוכט איין מאל דעם טעם, וועט איר זען אז אפילו ס'איז שווער, מ'ווייקט זיך אין יסורים און עס איז בכלל נישט לייכט. אבער מען לעבט! - מען לעבט אויף די וועלט! מען שפירט דעם 'קרבת אלקים לי טוב', עס איז געשמאק, זיס, יערב לו ידידותך מנופת צוף וכל טעם. פרעגט נאר יעדן איינציגן דא צי ער וואלט זיך געוואלט אויפטוישן מיט אייך... איך זאג אייך אז קיינער וואלט נישט געוואלט. און נישט ווייל מען ווייסט נישט פון די תאוות און שוואוילטאג וואס די אמעריקאנע געניסן דערפון, נאר ווייל אויב איר וואלט געוואוסט דעם געשמאק פון דאהי, וואלט איר אלעס אפגעלאזט און אנטלאפן צו אונז.

אידן, קריכט ארויס פון אייער סושי לאך, הויבט אייך אויף העכער און זעט אז עס איז דא א וועלט צו לעבן. גייט ארויס פון אייער קטנות און שפירט דאס ליכטיגקייט פון דעם באשעפער. מיר זענען אייך גרייט צו העלפן מיט וואס אימער. יעדן איד וואס וויל נתקרב ווערן צו דער ליכטיגקייט, דער אור פון חנוכה, זענען מיר דא צו באלייכטן די וועגן.

איך האב נישט די ווערטער אייך מסביר צו זיין וואס איר פארפאסט. איך שפיר ווי איך ווער הייזעריג פון שרייען. הלוואי זאל זיין איין איד וואס זאל אונז דערהערן, און עס זאל זיך עפענען פאר אים די ליכטיגע וועגן. והיה זה שכרי.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:12 pm

איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?

עניוועי.

חכמת שלמה האט געשריבן:אידן, קריכט ארויס פון אייער סושי לאך, הויבט אייך אויף העכער און זעט אז עס איז דא א וועלט צו לעבן. גייט ארויס פון אייער קטנות און שפירט דאס ליכטיגקייט פון דעם באשעפער. מיר זענען אייך גרייט צו העלפן מיט וואס אימער. יעדן איד וואס וויל נתקרב ווערן צו דער ליכטיגקייט, דער אור פון חנוכה, זענען מיר דא צו באלייכטן די וועגן.

איך בין דיר זייער מכיר טוב אז דו ווילסט העלפן. קודם כל, איך האב נישט ליב סושי. חוץ מזה, מיין לעבן איז ב"ה פיין, איך האב אסאך ליכטיקייט...


יעצט צום ענין, דו רופסט מיר קיין גוטאמאלע, איך בין זייער אינטערסירט, קום אריין מיט דיטעילס.

צו וועם דארף מען זיך מעלדן פאר אש"ל?
איז גרינג אריינצוגיין אין גוטאמאלע?
דארף איך מורא האבן פון עפעס אין גוטאמאלע?
איז דא תקנות צו וואס איך דארף מיר צושטעלן?

א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:19 pm

הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?

ס'איז ערב קראצמעך, און ער האט באקומען אביסעלע חופש
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:22 pm

גם אני מצטרף,

אויף חמשה עשר בשבט וויל איך קומען.

וואס איז דער מצב? איז דער רבי דארט? ווער פירט טיש?

קען איך מיטהאלטן א מלקות צערעמאניע?

וואס איז מיט א ווייב פאר די פאר טעג וואס איך קום, קענט איר מיר צושטעלן עפעס לייטיש?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:23 pm

אישתישבי האט געשריבן:וואס איז מיט א ווייב פאר די פאר טעג וואס איך קום, קענט איר מיר צושטעלן עפעס לייטיש?

מ'קען דיר צושטעלן קינדער אויך...
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3721
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:31 pm

מי שמנבל את פיו מעמיקין וכו'...

אידן, זייט געווארנט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:32 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:מי שמנבל את פיו מעמיקין וכו'...

אידן, זייט געווארנט.

כל שכן וכל שכן מי שמנבל את...
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3721
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:34 pm

אקעי, עצה טובה, סטאפ! איידער מען פארשפארט דא.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:50 pm

ווי קען מען דא פארשפארן? מיר קוקן אויס בכליון עינים אז חכמת שלמה זאל אונז באלייכטען מיט זיין אומווירדיגע נאנסענס. אלע אידען וואס איין האנט איז פאר די סמארטפאון, און די צווייטע האנט האלט אין איין שויפעלן קאלטע רייז מיט רויע פיש, זיי וואלטן אזוי שטארק געוואלט וואוינען אין בבל און זיך אונטערלייגן עפעס אן עם הארץ וואס זאל פסקנ'ן זייער אלע עניינים. ווייל דאס איז דרכי התורה, נישט עסן רייז, נאר פסקנ'ן פון בויך ארויס. און דער וואס זוכט טאקע א תלמיד חכם זאל אים אויססלערנען הדרך ילכו בה, לעבט סתם א שוואוילטאג עגזיסטענץ, און קיין טראפ רוחניות.

למה נקרא שמה הר סיני? שמשם ירדה עמהארצות לעולם!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:54 pm

א לוטוואק מיט א צלם אין הארץ.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 4:55 pm

א לב טהור'ניק מיט א היטלער אין הארץ.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3721
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 5:05 pm

אה, יעצט האסטו קלוג געענטפערט. כ'האב הנאה.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 5:10 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:א לוטוואק מיט א צלם אין הארץ.

דאס איז פון די חינוך אין בבל? ווייל פאר די חכמה קען מען רעדן מיט יעדער קאר סערוויס דרייווער אין ברוקלין.

ואולי הן הן הדברים.........
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 5:15 pm

ליטוואק טייערער, ס'טוט דיר וויי?

ביסט דאך א לוטוואק. ביי אונז חסידים האט מען געוויסט וואס א לוטוואק מיינט. אוי האבן מיר זיך מחיה געווען מיט די ווערטלעך אויף די לוטוואקעס. אין אלע דורות צווישן חסידי'שע אידן, איז דאס געווען דאס לצונותא דע"ז מיט וואס חסידי'שע אידן האבן זיך געהאלטן פארנומען. דער הומאר פון חסידים איז געווען איבער ליטוואקעס. יא לוטוואק? - געשמאק צו ליינען, ריכטיג?

ווייסט דאך אוודאי פארוואס יעקב האט געשיקט דוקא יהודה קיין מצרים, און נישט געוואלט זיך פארלאזן אויף יוספ'ן. איי ליטוואקל ליטוואק... דער שטאך איז געלונגען? - יא, ביסט א ליטוואק מיט א צלם אין הארץ... ס'איז דאך היינט נאכט ניטל, יאשקעס טאג... יע יע, א ליטוואק מיט א צלם אין הארץ.

לוטוואק, ס'איז שוין שקיעה, מ'דארף צינדן ליכט... אבער נישט געפערליך, מען גיבט א צינד, מאלט אפ הנירות הללו און מען נעמט שוין ווידער ארויס דעם פאון, צו זען אויב חכמת שלמה האט עפעס צוריקגעענטפערט. קיין פראבלעם, ביז א האלבע שעה וועט מען אויסבלאזן די ליכט און זיך צוריקזעצן צום טעלפאן... עה גמרא, אנטשולדיגט.

שמ'ע... שמעהע... אוי, נישט געלונגען, שמע'ע, ניין נאכאמאל, שמע ישראל... אה, ברוך-השם מ'האלט שוין דא... אחחחאאאדדדע... אוי, נאכאמאל....
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 5:54 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:שמ'ע... שמעהע... אוי, נישט געלונגען, שמע'ע, ניין נאכאמאל, שמע ישראל... אה, ברוך-השם מ'האלט שוין דא... אחחחאאאדדדע... אוי, נאכאמאל....

נאכדעם טוט מען אן די פרויען בורקעס און מ'עסט נישט קיין רייז, הצד השווה שבהן...
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3721
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 6:48 pm

איך האלט עס עכט נישט אויס. איך גיי צום שפיגעל אויסצוקעמען מיין טשופ. און דערנאך גייט מען דאווענען מנחה גדולה, און טרינקען verifine עפל זאפט. איך האב נאך א ריי עבירות צו טון, אבער קודם וויל איך וויסען ווי איך קען טרעפן מזונות ברויט זיך צו וואשען דערויף. און פארשטייט זיך נאכ'ן סעודה זיך וואשען מיט א גאנצע טעפל וואסער אויף מים אחרונים. א תחנון ביי מנחה וואלט נישט געשאדט, ווי אויך אויסליידיגען די קעשענען איידער מ'גייט אין גאס שבת.

פון די אלע עבירות קען מען אבער קיין חיונה נישט ציען, און שיקען מענטשן אפצונארן יענעם דורך שנאדערן ביי חתונות קען איך נישט. אלזא, וועל איך מוזן צוריק גייט ארבעטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 6:52 pm

הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?
דער איז דאך א לץ שבלצים. עיין חתימתו כאר"ז בלבנון ישג"ה
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2182
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2731 מאל

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 7:31 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער....................

איך דארף דרינגענד צו וויסען, אין בבל גלויבט מען אז שטעכן א מענטש איז גאר א מצוה, נאר סושי איז אן עבירה? ווען איך פאר אהין שבת, וועל איך דערגיין די סוד?
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 8:55 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:
עיני עיני ירדה מים, על שבר בת עמי!

איר, פון אייער זייט, האט איר שוין פראבירט צו טון אלעס וואס איר האט געקענט, און לויט אייער זייגער האט שוין מער נישט געדארפט פארבלייבן קיין שטיין אויף א שטיין פון אונזער שטעטעלע בבל. מיר זענען דא! - מיר עקזיסטירן! - און מיר וועלן ווייטער עקזיסטירן!

ומכאן הקריאה יוצאת:
טייערע הייליגע אידן!


קומט נאר אריבער איין שבת אין גוטאמאלא, ביי אונז אין בבל, פארזוכט איין מאל דעם טעם, וועט איר זען אז אפילו ס'איז שווער, מ'ווייקט זיך אין יסורים און עס איז בכלל נישט לייכט. אבער מען לעבט! - מען לעבט אויף די וועלט! מען שפירט דעם 'קרבת אלקים לי טוב', עס איז געשמאק, זיס, יערב לו ידידותך מנופת צוף וכל טעם. פרעגט נאר יעדן איינציגן דא צי ער וואלט זיך געוואלט אויפטוישן מיט אייך... איך זאג אייך אז קיינער וואלט נישט געוואלט. און נישט ווייל מען ווייסט נישט פון די תאוות און שוואוילטאג וואס די אמעריקאנע געניסן דערפון, נאר ווייל אויב איר וואלט געוואוסט דעם געשמאק פון דאהי, וואלט איר אלעס אפגעלאזט און אנטלאפן צו אונז.


די פסוק מדבר שקר תרחק שטייט נישט ביי ענק, אדער עטס טייטשטס עס אנדערש?
דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אפענע ליגנט?
גיי צוריק אפאר תגובות און קליק די לינק (אזא סארט סושי) און קום מיר נאכדעם זאגן אז קיינער וואלט זיך נישט געוואלו טוישן...
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 9:05 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:מי שמנבל את פיו מעמיקין וכו'...

אידן, זייט געווארנט.


הער חכמת שלמה
איך פארשטיי נישט וואס איז דא געוועהן ניבול פה!
מיין רעדט א כשר'ע אידישער שידוך פאר דער צייט וואס מען טוט פארברענגען אין עיר הקודש בבל יצ"ו, היות דארט שטעלט מען צו שידוכים פאר אלע מענטשען, פרעג איך ווי א איד, איך וויל א שידוך פאר דער צייט וואס איך בין דארט!!
חתונה האבן איז ניבול פה?
און די וואס ווייסען ווייסן, אז דער רבי דארט האט כסדר חתונה מיט מיידלעך פאר א שטיקעל צייט, און דערנאך, ווען עס ווערט א מדריגה פין לא תמצא חן בעיניו, שרייבט ער א גט פיטורין כדת ארז ולב טהור, און מען שיקט זי צום נעקסטן.
איז אױב די האלסט אז דאס איז ניבול, האסטו מודה געוועהן אז דער רבי איז א מנוול, אםַ כן האב איך א באמבע קשיא, פארוואס ביסטו א חסיד פין א מנוול?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט