אישתישבי האט געשריבן:און די וואס ווייסען ווייסן, אז דער רבי דארט האט כסדר חתונה מיט מיידלעך פאר א שטיקעל צייט, און דערנאך, ווען עס ווערט א מדריגה פין לא תמצא חן בעיניו, שרייבט ער א גט פיטורין כדת ארז ולב טהור, און מען שיקט זי צום נעקסטן.
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...סמבטיון האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט, אז קיינער רעדט נישט פון די דאקעמענטרי וואס איינער האט דא אראפגעברענגט די וואך, עס האט מיר געקאסט א שיין פאר טרערן.
הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?
אישתישבי האט געשריבן:חכמת איז א פעיק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.
נקודת-אמת האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.
שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.
יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.
נקודת-אמת האט געשריבן:יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט