די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

שליחה דורך דאכצעכמער »

איך ווייס נישט צו איר זעהט אז לעצטענס שפרינגט ארויף כסדר די אשכול "ברעיקינג! הרב הרלברנץ אומגעברענגט" צום אויבערפלאך פון די אקטיווע אשכולות.
דאס איז צוליב א קליינע שערוריה וואס האט מתחילה נישט געצויגן קיין גרויסע אויפמעקזאמקייט, און אויסגעזען אז עס וועט אריבערגיין אזוי ווי אנדערע שערוריות דארט זענען אריבער, דערפאר איז עס נישט פלאצירט געווארן אין קיין באזונדערע אשכול נאר געשריבן געווארן ווי א המשך צום פטירה פון הרב הלברץ, אבער לעניית דעתי פארלאנגט די טעמא א באזונדערע אשכול ווי עס זאל ווערן כסדר באריכטעט ווען עס זענען דא נייעס אין די געשעהענישן.

בקיצור איז די מעשה בערך אזוי:

הרב הלברנץ האט חתונה געמאכט זיין טאכטער שרה צו אן אנהעגנער זיינע טעלער, מתחילה איז ער געווען א איידעם ביי קאשויער רב ז"ל, וואס אויף די פרשה האט פארנומען א סאך צייט און פאפיר ביי כלל ישראל, און פארלאנגט זיך א אויך א באזונדערע אשכול, א פרשה ארוכה ומסובכת בקיצור

די טאכטער זיינע איז געווען - אזוי ווי אלע זיינע קינדער (אפילו די וואס מען האט פון דארט פארטריבן בחייו) - א פייערדיגע חסידה פון איר טאטע

יעצט לאחר פטירתו האבן איבערגענומען ראזנער און "אויך..." זיין זון נחמן די רבי'סטעווע, ווי זיי האבן אנגעהויבן פירן די קהילה פויפסליכער פון פויסט, און ארויפגעצווינגן נייע געזעצן און חומרות עונשים וכדומה, זיי האבן צווישן אנדערע אויך שטארק טערארעזירט מרת טעלער, זי איז אנטלאפן מיט 3 קינדער און יעצט האט זי מיט די הילף פון עסקנים ארויסגעראטעוועט די איבריגע קינדער

דאס איז בקיצור נמרץ וואס עס שפילט זיך אפ, עס פארלאנגט זיך נאך פיל צו שרייבן, אין די משפחה (ענגליש ווערסי"ע) איז דא א אינטעוויו מיט איר, איך ווארט אויף חכמת שלמה און אלטער איד זאלן ארויפקומען און ברענגן וואס זיי ווייסן.

דער אשכול פארמאגט 512 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר