די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 9:31 am

אזוי ווי אומעטום, האט זיך די גוי'שע השפעה אריין גערוקט. היינט זעט זיך אן ביי די גוי'ישע פאליטישע אנשטאלטן א שטארקע דגש אויף whataboutism ווי יעדער וואס ווערט באשולדיגט מיט עפעס, אנשטאטס זיך צו פארטיידיגן אדער לייקענען, זאגט ער אז יענער האט עס אויך געטון.

על של עתה אנו באים. די מלקות אין לב טהור איז א פראבלעם, יא צו ניין? טאמער יא, העלפט גארנישט אז אין סאטמאר פאר פערציג יאר צוריק האט מען עס אויך געטון.

און עס איז טאקע גאנץ אנדערש. די פעשט איז היימישע חדרים איז געקומען פון א זלזול אין מענטשן ובפרט קינדער. מ'האט זיך גערעגט און מ'האט זיך נישט געהאלטען פארפליכטעט זיך איינצוהאלטען די מערדערישע תאוות, ווייל דאס איז סיי ווי א קינד. דאס האט גארנישט מיט א קולט. א קולט איז ווי מען נוצט קונצן צו שפילן מיט מענטשנ'ס קעפ אז זיי זאלן נישט טראכטן גלאט. ווען איינער זיצט און איז מחליט אז יעצט איז ראטזאם אז א קינד זאל באקומען א באשטימטע מאס מלקות, מיט א גאנצע טכס ארום און ארום, מיינט עס אז מ'זוכט דא צו שפילן מיט זייער קעפ, און מ'איז גרייט צו נוצן זייער קערפער דערפאר.

דאס איז א קולט, אדער עפעס ענליך. עכ"פ, דאס איז פילפאכיג ערגער, און דאס איז א סבה זיי צו פארמאכען. ווען עס איז בלויז שלעכטע מדות פון מענטשן, וועט פארמאכן נישט העלפן, ווייל שלעכטע מדות זענען אומעטום און אייביג. מ'דארף זיי אויסלערנען וויאזוי זיי צו באארבעטן אז מ'זאל זיך איינהאלטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8948 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:07 am

אלטער איד, איך האב דיר אסאך צו ענטפערן, אבער ס'וועט מוזן זיין שפעטער. איך בין אביסל פארנומען אין די טעג - מ'דארף דאך עפעס אויפטאן פאר אידישקייט אויך.

אבער אויף יעצט וויל איך דיר קודם באגריסן און באדאנקען אויפן זיך האלטן צום פוינט (נישט ווי אלע אנדערע דא), און רעדן צום ענין פון וואס מען רעדט, וואס אויף דעם קומט זיך קרעדיט פארן זיין א מענטש און טון צו דער זאך.

מאידך גיסא, אויף די אנדערע שאלות וואס דו האסט מיר געפרעגט, בין איך מסופק צי איך זאל ענטפערן דא, וויבאלד איך האב שוין פריער געשמועסט אז עס איז נישט אין די אינטערעסן פון די קהילה אז איך זאל זיך טענה'ען דא, און איך האב טאקע א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, צוליב דער סיבה. אבער אויף רוב פון די קושיות, האב איך שוין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול, איך האב זיך שוין צו דעם באצויגן און געענטפערט. עס קען זיין אז אין אישי וועל איך דיר קענען ענטפערן געהעריג, געוואנדן אין מיין צייט (און צי איך וועל נישט באקומען קיין דירעקטע מעלדונג, נישט צו שרייבן מיט דיר).

איך האף בקרוב צוריקצוקומען וועגן דער בריוו, און איבער די דרשה פון ר' יואל ראטה הי"ו.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך בשםואין » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:41 am

חכמת שלמה האט געשריבן:אלטער איד, איך האב דיר אסאך צו ענטפערן, אבער ס'וועט מוזן זיין שפעטער. איך בין אביסל פארנומען אין די טעג - מ'דארף דאך עפעס אויפטאן פאר אידישקייט אויך.

אבער אויף יעצט וויל איך דיר קודם באגריסן און באדאנקען אויפן זיך האלטן צום פוינט (נישט ווי אלע אנדערע דא), און רעדן צום ענין פון וואס מען רעדט, וואס אויף דעם קומט זיך קרעדיט פארן זיין א מענטש און טון צו דער זאך.

מאידך גיסא, אויף די אנדערע שאלות וואס דו האסט מיר געפרעגט, בין איך מסופק צי איך זאל ענטפערן דא, וויבאלד איך האב שוין פריער געשמועסט אז עס איז נישט אין די אינטערעסן פון די קהילה אז איך זאל זיך טענה'ען דא, און איך האב טאקע א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, צוליב דער סיבה. אבער אויף רוב פון די קושיות, האב איך שוין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול, איך האב זיך שוין צו דעם באצויגן און געענטפערט. עס קען זיין אז אין אישי וועל איך דיר קענען ענטפערן געהעריג, געוואנדן אין מיין צייט (און צי איך וועל נישט באקומען קיין דירעקטע מעלדונג, נישט צו שרייבן מיט דיר).

איך האף בקרוב צוריקצוקומען וועגן דער בריוו, און איבער די דרשה פון ר' יואל ראטה הי"ו.


א לעכערליכע ווערטער קוגל, פון די איינצענלע מאכלים וואס מ'לאזט נאך אריין אין בבל..
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 12:33 pm

אלטער_איד האט געשריבן: דא ליגט אויך די נידריגקייט פון זיי, פון איין זייט לייגט מען פרויען אנגעטון שווארץ ווי מיסלעמענער אדער נאנעס, און פון די אנדערע זייט האלטען קינד און קייט מיט אלעס וואס טוט זיך ביי די עלטערן אדער אנדערע אין בעדרום)

ס'איז נישט נידעריג. פרעמדע מעגן נישט זען, צווישן משפחה און נאנטע איז מובן אז ס'איז נישט מגרע.
אלטער_אידן האט געשריבן:זיי האבן פארציילט ווי אזוי נחמן רעדט צו די מיידלעך, ער רופט זיי ביי די נאמען, ער רעדט מיט זיי אליין פאר שעות, ער קוקט זיי אין פנים, טאקע באדעקט אבער פון נאנט קען מען דורך זעהן.
נו, ער רעדט מיט זיי פאר שעות. האט ער עפעס דען מער געטוהן?
אלטער_אידן האט געשריבן:-פארוואס איז מען נישט גורס גמרא רש"י און רוב תורה שבעל פה?
וואס האט דאס מיט אביוז צוטוהן? דו ווייסטאך פארוואס, די קריסטן אין די מיטל-אלטער האבן אויך נישט געמעגט לערנען די סקריפטשערס.
אלטער_אידן האט געשריבן:- פארוואס ווען די גאנצע אידישע וועלט זעהט איין אז מען קען נישט ניצען קארפעל פאנישמענט צו מחנך זיין קינדער און כ"ש ערגערע רשעות ווי איך וועל ווייטער אויסרעכענען, איז דאס ענקען מעין וועיג פון מחנך זיין?
וואס מאכסטו זיך טאמעוואטע? דאסי דאך לב טהור'ס עקספערימענט. אפשר איז די גאנצע וועלט זיך טועה און מען קען יא נוצן קארפערל פאנישמענט?
אלטער_אידן האט געשריבן:- וואס איז פשט פון געבן 40 טאג תענית דיבור פאר קינדער, און ווען מען רעדט אויס הייבט זיך די 40 טעג נאכאמאל אן און עס קען גיין פאר חדשים
וואס איז אזוי געפערליך צו ארבעטן אויפ'ן דיבור? תענית דיבור איז נישט עפעס וואס לב טהור האט אויפגעמאכט, ס'ווערט געברענגט אין אלע חסידישע ספרים..
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן פאר לענגערע צייטען?
אין דיין חסידות נעמט מען דען נישט אוועק קינדער פון עלטערן? איר טוט דאס פונקט אזוי. אה, ווייל דו ביסט מחליט וואס איז הארב גענוג צו פארדינען זיך צו האבן די קינדער אוועקגענומען?! לב טהור מעג נישט האבן זייערע אייגענע קו?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות אז אויב א קינד פארבלאנדזשעט אביסעל ווייטער פון זיין הויז נעמט אים וויינגארטן א וועק צו זיך.?
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט דא? וואסערע רשעות דא רעדסטו פון? עקספלעין, וואס איז די מעשה?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון עבן פאר קינדער צו פאסטען איינמאל א וואך?
קיינער שטארבט נישט פון פאסטן איינמאל א וואך.
אלטער_אידן האט געשריבן:דאס איז שוין חוץ פון די רשעות פון גארנישט לאזען עסען.
איז דאס עפעס אנדערש פון די פריעדיגע? דו מיינסט הכשרים וכדומה?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז דע רשעות וואס מען האט געטוען מיט דעם יתום אלימלך פון 2 וואכן שלאפן אין די פריזער?
גארנישט וואס זיי האבן נישט געזען ביי זייערע רעבעס, די סאטמערע און די טאהשע.
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון דאמפען קינדער וואס שרעקען זיך נישט פון ענקען וועג פון חינוך, יא פשוט אועקשיקען קינדער פון די עלטער פאר אייביג, ווי איבערלאזן אין א האטעל אין די סיטי ווי א נארמאלער מענטש שלאפט נישט אן דינגען סעקיארעטי, אדער פון פשוט איבערלאזען אין ערעפארט אין א פרעמד לאנד.?
ווייל דעמאלטס איז א סימן אז זיי זענען שוין גענוג שטארק און אויסגעבויעט אליינס און ס'איז שוין סעיף זיי ארויסצולאזן אויף די פרייע וועלט זיי זאלן יעדן איבערצייגן וואסערע גלענצנדע עקשנות'דיגע פירות לב טהור האט ערצייגט.
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון געבן גלות פאר קינדער צו שלאפען אנדערע פלעצער יעדע וואך?
איר האט א טבע איבערצוחזר'ן די זעלבע נקודות נאר אין אנדערע ווערטער?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2835 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 12:52 pm

עס מאכט זיך אמאל, אין זעלטענע פעלער, אז מ׳דארף אוועקנעמען קינדער פון עלטערן. עס איז אן אויסנאמליכע טריט ווען די קינדער וועלן געשעדיגט ווערן. יא, מ'ציעט צומאל די שטריק מיט'ן אוועקנעמען פון אט"ד וכדו', אבער אין פרינציפ איז עס אנגעקוקט ווי א דעספערעט טריט.

דא איז עס א לכתחילה'דיגע זאך, אז די קשר מיט די עלטערן איז נישט קביעא וקיימא, נאר ווענדט זיך אין די קאפריזען (שיטה"ק בלע"ז) פון אן עם הארץ בן עם הארץ, המכונה הלברנץ.

און אזוי אויך מיט לייגן מענטשן אין תפיסה. עס איז נישט קיין 'מהלך' אז מ'שפארט איין מענטשן אין תפיסה. צומאל איז נישט דא קיין ברירה. דא איז עס נישט קיין אויסנאם, נאר א נארמאלע מהלך פון שטראפן פאר נארמאלע זאכן.

איך ווייס נישט וועלכע חסיד'ישע ספרים דו קוקסט, אבער איינער פון זיי דערמאנט יענעם אריינלייגן אין תענית דיבור? איך מיין אז די חילוק צווישן זיך און יענעם דארף מען נישט מסביר זיין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8948 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:55 pm

טאמבעלע איז סארקאסטיש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

הודעהדורך אלטער_איד » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:56 pm

איך אויך האט געשריבן:טאמבעלע איז סארקאסטיש.

איך האב נישט געטראכט אנדערש.....
יעצט שרייען די גרים אז יעדער אנטלויפט פון בבל... איך גלייב זיי נאך נישט.... אבער עס קען זיין עטליכע זענען אנטלאפן.....
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 3:37 pm

חתם סופר האט געשריבן:@חכמת שלמה א פשוט'ע שאלה
וואס איז פשט אז די ביסט ביזי דא שרייבן אויף העלבראנץ "תמ"ל" אבער מ'זעהט דאס נישט ביי קיינעם פון די לב טהורניקס? איז דאס נישט קיין ראי' אז די דרייסט סתם א קאפ?

אנטשולדיגט אבער איך בין אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן איך קען נישט ליינען ראשי תיבות. קען מיר איינער פליז מפענח זיין וואס דאס מיינט
תמ"ל???
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך יעלה ויבא » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:58 pm

תמ"ל = תורתו מגן לנו
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:52 pm

אומבאשטעטיגטע שמועס קורסירן אז קרית לב טהור אין גואנטומאלא איז לער. ווער ווייסט צו וועלכע הרי חושך מען האט ווייטער געפירט די תינוקים שנשבו.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1437 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:07 pm

לכאורה אין זומבאווה אין אפריקא, דארטן וועלן זיי האבן א פרי פעס פאר אלעס
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1091
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך אלטער_איד » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:03 am

סמבטיון האט געשריבן:לכאורה אין זומבאווה אין אפריקא, דארטן וועלן זיי האבן א פרי פעס פאר אלעס

עס איז שווער אלס צו באשטעטיגן ווייל עס קומט פון די גרים. וואס האבן שוין היבש מאל געשריגן פייער. און ווען 2 משפחות אנטלויפן. שרייען זיי יעדער לויפט... אבער אלעס קען זיין....
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך אלטער_איד » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:21 pm

ברעקינג נייעס..!! די מעקסיקאנער נייעס קוועלער געבן איבער אז מען האט נעכטען ארעסטירט עטליכע פון די פירערס פון לב טמא. צווישן זיי איז די צוויי רשעים און פירערס פון דעם קולט, נחמן העלבראנס און מאיר יששכר ראזנער שר"י. פרטים יבואו...

BRAKING NEWS..!! The Mexican news channels are reporting, that the police have arrested some of the leaders of the Lev tumah cult, including the Two leaders. Nachman helbrans and mayor Rosner... more details to follow soon.. At same time a big עצרת תפילה is going on in buvel..
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:46 pm

where did you see it?? o
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1091
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך אלטער_איד » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:52 pm

מיר ארבעטן צוזאמען מיט די עסקנים...
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:02 pm

אלטער_איד האט געשריבן: שר"י.

???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2538
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1149 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:04 pm

גערעכט, מ'דארף שרייבן ימ"ש, ווייל שר"י שרייבט מען נאר אויף א איד.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1437 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:21 pm

סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1091
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:31 pm

כ'האב מורא אז חכמת שלמה איז אינטער גראטעס.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1966 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3905 מאל

הודעהדורך בשםואין » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 4:24 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:כ'האב מורא אז חכמת שלמה איז אינטער גראטעס.


עס איז ערווארטעט אז די גרופע פון פינעף וועלן נישט נאר ארויסגיין פריי, נאר אלע אגענטן וועלן זיך מגייר זיין און זיך אויך אנשליסן אינעם לב טהור קהילה.
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 4:29 pm

איך מיין אז ארז אליינס איז ביהיינד אלע זייערע לעצטיגע צרות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:56 pm

וכמ''ש ת'חוסו מ'גן ל'ו...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

הודעהדורך אלטער_איד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:29 am

https://nypost.com/2018/12/19/woman-goe ... -children/

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך בן עקיבא » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:06 pm

עטליכע האבן אויפגעברענגט צו לב טהור איז טאקע מער א קאלט ווי אונזערע היימישע חסידות'ן.
לויט די ארטיקלען שטייען מיר נישט צו גוט.
https://culteducation.com/warningsigns.html
https://www.theguardian.com/commentisfr ... n-religion
https://youtu.be/grG2-W6774o
די ארטיקלען און די ווידעא זאגן כמעט די זעלבע זאך מיט קליינע שינוים.
די אידישע רעליגיע איז באשאפן געווארן כדי צו אפהיטן דאס אידישע אידענטיטעט.
באניצער אוואטאר
בן עקיבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:31 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך בן עקיבא » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:23 pm

אין קורצע אידישע איבערזעצונג:

צען ווארענונגס צייכענעס אויף א פאטענציעלע אומפארזיכערטע גרופע/פירער.

- אבסאלוטע אויטאריטעט אן זאכליכע אקאונטעביליטי.
- קיין טאלעראנץ פאר קשיות און קריטישע אויספארשונג.
- נישטא קיין ערנסטע פינאנציעלע אפנקייט.
- אומ'שכל'דיגע שרעק פון די דרויסענדיגע וועלט.
- עס איז קיינמאל נישטא קיין לעגיטימע סיבה צו פארלאזן דעם גרופע.
- געוועזענע מעמבערס ווערן באטראכט נעגאטיוו, אדער אפילו אלס רשעים.
- געוועזענע מעמבערס האבן אפט ענליכע מעשיות פון אביוז.
- עס איז פאראן בוקס, נייעס ארטיקלען, אדער טעלעוויזיע פראגראמען וואס דאקומענטירן די אביוז פון דעם גרופע/פירער.
- נאכפאלגער שפירן אז זיי קענען קיינמאל זיין 'גענוג גוט'.
- די גרופע/פירער איז אלס גערעכט.
- די פירער פונעם גרופע איז די איינציגסטע אמצעי צו וויסן דעם 'אמת', קיין איין אנדערע פראצעדור פון געוואויר ווערן דעם אמת איז אנגענומען.

איך זאג נישט אז ביי אונז דא די אלע זאכן אויף הונדערט פראצענט אבער עס איז זיכער דא שטארקע ענליכקייטן.
(איין דוגמה איז די צייכן פון נייעס ארטיקלען בוקס וכדו', וואס עס איז טאקע דא די זאכן אויף אונז אבער עס איז אויך דא - אפשר גאר איז דא מער - נייטראלע און פאזיטיווע ארטיקלען אויף אונזערע קאמיוניטיס)
די אידישע רעליגיע איז באשאפן געווארן כדי צו אפהיטן דאס אידישע אידענטיטעט.
באניצער אוואטאר
בן עקיבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:31 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 3 געסט