וויליאמסבורג - צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך פארזאמעלט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

וויליאמסבורג - צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך פארזאמעלט

שליחה דורך גדליה »

דעם מיטוואך נאכט ביי די צענטראלע סאטמארער סעודת הודאה וואס איז אפגעהאלטען געווארען דאס יאר כ"א כסלו שנת תשע"ט צוזאמען מיט דעם יערליכען דינער אין דעם גיגאנטישען בארימטען זאל אין געגנט פון ווילימסבורג, במעמד ראשי אלופי אלפי ישראל, זקני הרבנים ואדמורים שליט"א, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - פייערדיגע דברות קודש געהערט דורך סאטמארערער רבי'ן שליט"א איבער די שרעקליכע גזירות וואס לויערן אויף כלל ישראל - נדיבי עם האבען געעפענט די טאשען ברייט און ס'איז אריינגעקומען די אסטראנאמישע סכום פון אריבער דריי און זיבעציג מיט פינעף טריליאן דאלאר -

מאסן מענטשן, לויט טייל שאצונגען אריבער צוואנציג טויזענט אין צאל, האבען זיך צונויפגעזאמעלט דעם מיטוואך נאכט אין די גיגאנטישע זאל אין שכינות פון וויליאמסבורג ווי מען האט געפראוועט די פייערליכער יום הצלה אינאיינעם מיט די דינער השנתי, וואס שוין לאנגע וואכען וואס מען גרייט זיך צום פייערליכען דינער, ווען מען האלט אפ די געוואלדיגע יום הצלה פון רביה"ק מסאטמארער זיעוכי"א, ווען ער איז געראטעוועט געווארן מעמק הבכא, און יעצט האט מען אפגעהאלטן די סעודת הודאה אינאיינעם מיט'ן דינער, וואס איז געצילט צו העלפן די מוסדות על טהרת הקודש וואס איז נתייסד געווארן בדם לבבו הטהור פון רשכבה"ג מסאטמארער זצוקללה"ה, וועלכע איז געראטעוועט געווארן אין דעם טאג כ"א כסלו, וואס איז באשטימט געווארן צו אפהאלטען די דינער דעם טאג ארויסצוהעלפען די הייליגע מוסדות בהתייסדות מרן רביה"ק מסאטמארער זי"ע הכ"מ הי"ד.

די גרויסארטיגע סעדת הודאה האט זיך אנגעהויבן ווען די אלעמען באקאנטע באגאבטע רעדנער ר' שלמה יוקלשטיין האט זיך אויפגעשטעלט רעדן און באגריסען די אלע פארזאמעלטע, און דערביי האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע טאג ווי מיט איבער זיבעציג יאר צוריק איז מרן רביה"ק רשכבה"ג מסאטמארער זי"ע געראטעוועט געווארן, גלייכצייטיג האט ער מסביר געווען אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט הארט פאר א צוזאמבראך! און ס'איז שוין נישט מעגליך אנצוגיין ווייטער מיט אזויפיל חובות, און עס דראעהט אז די הייליגע מוסדות ואס די רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט זאל צוזאמפאלן, און דאס מיינט אז די גאנצע כ"א כסלו נס און די גאנצע קאסטנער באן איז געגאנגען לאיבוד.

נאכדעם האט זיך אויפגעשטעלט דער בארימטער נואם הכבוד וואס מ'האט ספעציעל אימפארטירט פון איטאליע, הרה"ג נואם בחסד עליון ר' גרשון פרוימאן שליט"א, ראש ישיבת עולם גולם דאיטאליע, וועלכע איז בארימט אין די גאנצע וועלט אלץ א מייסטער רעדנער און ער האט אפילו אויפגעטרויטן ביי די רבי מאיר בעל הנס דינער אין מאנטריאל. הרב פרוימאן האט מיט געשמאק נאכדערציילט אפאר וויצן וועגן די שוויגער, און ער האט געענדיגט מיט א קנאקעדיגע דזשאוק וואס האט מסביר געווען אז יעדער זאל יעצט געבען אסאך געלט, די עולם האט געלאכט אביסעל און מ'האט געקענט דערשמעקן א שמייכעל אויפ'ן רעבענס פנים.

די גולת הכותרת איז געווען ווען כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר הגה"ק והטהור מסאטמארערערער שליט"א איז ערשינען אין די זאל. ס'האט זיך שוין באמערקט אז די רבי קומט אן, ווען געניטע אויגען אויף די פרענטשעס האבען אויפגעכאפט אז די שטיפעניש אויפ'ן אויבן אן איז דערגאנגען צו סכנת נפשות, האט מען באלד פארשטאנען אז די עולם שטיפט זיך ווייל די רבי איז שוין אויפ'ן וועג. למעשה האט נאך געדויערט א האלבע שעה ביז די רבי איז אנגעקומען, אבער די שטופעניש איז געווארן שטערקער און שטערקער, און דאס האט באשיינפערליך געוויזען די געוואדליגע סוקסעס פון די מעמד, און ר' יודעלע ראטענשטיין דער זקן האט זיך אויסגעדרוקט אז בימים ההם ווער ואלט זיך געחלומ'ט אז מ'וועט זיך נאך אמאל שטופען ביי די כ"א כסלו מסיבה?

ווען די רבי איז ערשינען אין זאל איז די דראמא געשטיגען צו גאר הויכע שטאפלען, כאטש זיין הייליגע צורה האט מען נאך נישט געקאנט זעהן. די גאנצע עולם האט ספאנטאן זיך אנידערגעלאזט אין הויעכהילעכיגע געזאנגען, און די מוזיק אונטער די שטארק פראפעסיאנאלע פירערשאפט פון די וועלט בארימטע נעימה יתרה כאר האט זיך געלאזט הערען מיט א הויעכע גרודער וואס האט אויפגעהייטערט אלע ארומיגע. זקנים און בחורים צוגלייך האבען געטאנצען מיט א חיות דקדושה, "אוי חסדי השם כי לא תמנו! כי לא כלו רחמיו!" און מ'האט געזען עלטערע אידען ווישן טרערן פון די אויגן.

דערנאך האט זיך אויפגעשטעלט די בארימטע נהנה מנכסי ציבור, הרה"ח הנגיד ר' אלישע קעסטען שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט אז די קאסע איז ממש יעצט אויסגעליידיגט, און מ'האט נארוואס ארויסגעגעבן די געהאלטען פאר אלע געטרייע אידען וואס זיצען אויף די קאסע און מאכען זיכער אז דאס געלט קומט אריין, און אזוי ווי די קאסע איז ליידיג האלט מען איצט א טריט בעפאר פארשליסען די מוסדות אויב קומט נישט איצטערט אריין די קאלאסאלע סכום פון לכל הפחות פינעף טריליאן. ער האט מסביר געווען אז די פינאנציעלע מאצעוו איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי שמאל ווי איצטערט און יעדע וואס כבוד רביה"ק זי"ע איז נוגע בלבבו זאל זעהן צו געבען לכל הפחות איין ביליאן. הרה"ח ר' אלישע האט אליינס פארשפראכען אזויפיל ווי הונדערט ביליאן דאלאר! וואס ער וועט אריינלייגען אין די קאסע און גלייך צוריק ארויסנעמען כדי ס'זאל נישט שאטען א שלעכטע אויג זעענדיג די ריזיגע סכום געלד.

נאכדעם האט אויפגעטרעטן ר' געציל, די אדמיניסטראטאר, ער האט אלעס פארגעשטעלט מיט קלארע ציפערען אז יעדע זאל זעהן במה הדברים אמורים. למשל ער האט געגעבען א שריי: "מ'האט שוין נישט געצאלט די איינגעשטעלטע פופצען יאר" און יעדע האט זיך ביטער דערשראקן און אויסגעליידיגט די בערזלען. אויך האט מען אויסגעטיילט הערליכע קאלירפול דייאגראמס מ'זאל זעהן פונקטליך די הון תועפות וואס עס קאסט אפ צו פיטערן טאמעיטעס און אייער יעדען טאג פאר פרישטיג אין די חדרים, און ער האט געזאגט אז כאטש די רעגירונג צאלט א חלק פון די הוצאות, איז אבער דא א פארלאנג פון די טאטעס מ'זאל דווקא צושטעלען הארטע ברויט פאר די קינדער און דאס ציהט אריין אין הויכע קאסטען.

די קלימאקס איז פארשטייצעך געווען די רבי'ס דרשה. ווען די רבי האט צוגעטרויטען צום מיקראפאן האט זיך אנידערגעזעצט א שטילקייט אין די זאל און הונדערטע טויזנטע פארזאמעלטע זענען געשטאנען מיט אפענע מויל און אויערען צו הערן די דברי חכמה פון דעם סאטמארערערער רעבען שליטע.

די סאטמארער רבי שליטה האט אנגעהויבען מיט א טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה, און אריינגעפלאכטען א הערליכע חתם סופר וואס איז ממש פאסיג פאר די מעמד. נאכדעם האט ער דאס משלב געווען להפליא מיט א שטיקל דברי יואל אז די עולם איז ממש אינטערגעשפרינגען.

ענדיגנדיג די דברי תורה, האט די רבי משמיע געווען בלבת אש זיין דעת תורה הבהירה איבער ענינים העומדים על הפרק. "הרשעים כים נגרש!" האט די רבי אויסגעשריגען מיט א וויי געשריי מנהמת לבו הטהור.

די רבי האט זיך קאנצענטרירט קודם אויף די גזירת הגיוס און אראפגעלייגט די ביטערע מצב ווי ציוניסטישע פרוי פאליציאנטקעס שטעלען אפ ישיבה בחורים און כאפען זיי אן און נעמען זיי מיט גוואלד אין מיליטער. ער האט אראפגעלייגט ווי די מירע און פאנעוויזשע און גערער ישיבות זענען אויסגעליידיגט פון בחורים, און ס'איז נישטא צו טרעפען א ישיבה מאן אויזער אין די ישיבה הקדושה דסאטמאר וואס זענען נישט נהנה פון די רשעים.

אויכעט האט די רבי הערליך מסביר געווען די פלאן פון די ציונים, ווי אזוי זיי רעכענען אויס אז ביז תשפ"ץ זאל נישט זיין קיין איין פרומע איד אין גאנצען מיטעל מזרח. און ער האט מסביר געווען ווי די סאטמארערער רבי וואס איז היינט געראטעוועט געווארן האט שוין פאראויסגעזעהן אז ס'וועט קומען א טאג וואס א פרומע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל.

נאכדעם האט די רבי אנגעהויבען שטורעמען וועגען די גזירת החינוך. ער האט אראפגעלייגט אז ס'דראעהט א געוואלדיגע געפאר אויף אונזערע תינוקות של בית רבן אז מ'זאל זיי וועלען אויסלערנען רעדן די שפת המדינה און אביסל חשבון. נאכדעם האט ער מסביר געווען ווי א דאנק זיין שתדלנות קענען מיר זיין פארזיכערט אז אונזערע קינדער וועלען פארבלייבען אנאלפאבעטען אויף אייביג, גלייכצייטיג האט ער מסביר געווען אלע אינערליכע קשרים וואס ער פארמאגט מיט די הויעכראנגיגע רעגירונגס לייט א שטייגער ווי די בארימטע מיניסטאר זכריה מעלדער, וועלכע איז פון די העכטסע באאמטע אין לאנד און פונדעסטוועגען קומט ער הערען די מיינונג פון די רבי וויסענדיג אז ער האט די בעסטע עצות אויף אלע פראבלעמען.

די מוזיק האט געשפילט נאך אביסעלע. דאס מאל האט מען געזינגען והוא שעמדה, דער עולם האט פלייסיג געטאנצן און די קאפעלע האט אראפגעלייגט אן עבודה. אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז דער עולם זיך צוגאנגען אנגעשעפט מיט חיזוק פאר די קומעדיגע יאר.

נ.ב. באכאשעם אז א דאנק די אויסטערלישע הצלחה גייט מען ווייטער האלטען אפען די חדרים. די באסעס וועלן פארן א שעה שפעטער. ביטע קומען אנגעטון מיט ווייסע העמדער. ווער ס'האט נישט קיין ווייסע העמד קריגט נישט קיין קאפקעיק. אויב קומט אייער קינד אנגעטאן מיט א בלויע העמד, וועט ער נישט קריגען קיין שום קאפקעיק, נישט מיט די קאלירפול ספרינקלס און נישט מיט די שווארצע. ביטע קומט נישט מיט קיין טענות ווייל דאס איז א תקנה און מיר קענען אייך נישט העלפן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר