א עצה קעגען די געלע באס פראבלעם

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

א עצה קעגען די געלע באס פראבלעם

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'וואונדערט מיך זייער פארוואס אלע גרויסע מוסדות קענען ארבייטען מיט גרויס אחדות פאר אלע אסורים וחרמים קעגען פלעיס, אינטערנעט, וכו', מלחמות קעגען די שטאט, קעגען דער שייגעץ מאסטער וכו' און בדרך־כלל ווען ס'קומט צו זיין פרומער שטיצען זיך אלע מוסדות אינטער איינער די צווייטען ווי הינער אין א שטייג.

איז אבער דא איין עסק וואס אפעקטירט נישט זייער כבוד און שם טוב און כאטשיג די גאנצע שטאט שפייט בלוט וועט קיין מוסדות זיך נישט אינטערגארטלען מיט א עזות דקדושה און טון צו די זאך.

וואס טוט מיר וויי? די ביטערע טרעפיק און שטאט יעדען טאג ווען די הערליכע שפיגעל נייע געלע באסעס מארשירן ארום באראפארק (און וויליאמסבורג, און מאנסי) און שאפען אן אומנארמאלע טראפיק.

פרעגסט איינעם פארוואס ארבייטען זיך נישט די מוסדות צונאזאם? איז די תירוץ זייער פּשוט. ביסט נארמאל? אונזער קינדער מיט אונזער חינוך וועלכן זיך מישען מיט די אנדערע? זיי קענען האבן א שלעכטע השפעה.. איז אזוי. קודם כל לאמיר זיך נישט נאריש מאכען די חינוך און ביידע סאטמארע אימפעריעס איז די זעלבע. קען מען טאקע נישט מחנך זיין די קינדער צו לעבן בשלום? יעצט אפילו לאמיר זאגען אינגאנצען אנדערע מוסדות. ווי צום ביישפיל גער מיט קלאזענבערג. ניצען מיר אלע די זעלבע גראסעריי, הוט סטאר, גיי מיר אלע קיין סקולען, אין די זעלבע קאנטריס, מ'ניצט די זעלבע פארק, מ'דאווענט אלע אין שומר שבת און מ'וואינט אויסגעמישט אויף איין גאס. די קינדער מער ווייניגער קענען זיך און שפילען זיך הערליך צוזאמען. מיט איין זאך גייט מען מיט די נאז אין זאמד. די באסעס. ס'איז אויך געלעכטער ווייל ווען ס'ממש נישט דא קיין ברירה ארבייטען זיי די מוסדות יא צוזאמען. ווי מ'זעט אז די קינדער פון סטעטען איילענד קומען צוזאמען פון אלע מוסדות (יעדען טאג קומען קיין בארא פארק פערצען באסעס, זיבען מיידלעך און זיבען אינגלעך געמישט לויט וועלכע גאס די מוסדות זענען) און מ'שיקט זיי נישט אין מקווה פאר אריין לאזען אין חדר.

בעצם שפיגעלט עס אפ די צוגאנג פון די מוסדות צו אלע זאכען -- ווי אדער טיילט עס פעטש מיט אלע פינגערס אדער האלט ער פאר זיך די פיר פינגערס פון די צוויי זייטען.

בין איך אויפגעקומען מיט א שטיקעל פלאן. מ'דארף אפאר וואלענטירן אבער באמת בין איך גרייט צו זיין א שטיקעל ספאנסער. מ'קען זיך מעלדען ביי מיר אין אישי אויב איינער וויל אביסל מתן שכרו בצידו.

גיי מיר פראטעסטירען! ס'איז די רעכט פון יעדע דרייווער אין באראפארק אז זייער קאר זאל אמאל אויסלויפען פון גאז אדער סתם אזוי זיך אויסלעשען די באטערי. ס'איז דא צוויי דריי שליסעל גאסען אין באראפארק. ווי צום ביישפיל פיפצעגסטע סטריט וואס האט באבוב 45, באבוב 48, קלויזענבורג און וויענע מוסדות. (רח"ל אנדערע רעליגיעס). גיי מיר אויסלויפען פון געז ביי די קארנאר פון די גאסען און ס'גייט זיין ליהדים. עד דלא ידע בין ברוך מרדכי לברוך מרדכי גייען די קינדער נישט זיין צייטליך אין שולע/חדר.

מ'קען אויף א פרידליכע וועג אהיים שיקען א מעסעדזש ס'זאל קלינגען. איך רעד שוין נישט פון די גרויסע געלטער וואס מ'קען שפארען פאר די מוסדות אליין. איך רעד פון אונז די עמך אידען. וועל מיר אביסל אויפריינגען די מאסיווע טראפיק אי"ה.

לשם יחוד קודשא בריך הוא
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר