אבערוואציע אויפן קולט לב טהור.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אבערוואציע אויפן קולט לב טהור.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס זענען געווען צוויי ערליי סארט פארקערפערשאפטן וועלכע האבן געשטרעבט צו געוועלטיגען אויף אנדערע: די קרימענאלע מאפיאנערן, און די רויטע קאמוניסטן.
די מאפיא פאמיליעס האט אין אלגעמיין בלויז געוואלט געוועלטיגן אויף די מאטריאליסטישע טייל פונעם מענשהייט, איבער וואס עס טיט זיך ביי מענטשען אין די מוח קאמערליך איז זיי גאנץ קנאפע אנגעגאנגן. דאקעגן די קאמוניסטן האבן מער ווייניגער געוואלט געוועלטיגן אויף די מוח און אויף די אידעלאגיע פון די מענטשהייט, און דאס צו ערייכן האט זיך גלייכצייטיג אויסגעפעלט אויך צו געוועלטיגען אויף די מאטריאליסטישע טייל פון די מענטשהייט. זאגאר די מיטלן און מעטאדן אנצוקומען צום ציל זענען אין אלגעמיין געווען דאס זעלביגע. טעראר, מאניפולאציע, מוח שווענקונג, און פיזישע גוואלטאטן, אד''ג.

די מאפיא פאמיליעס:

דער גרויזאמער מאפיא באסס א שטייגער ווי אל קאפאן, סטעפאנא מאגעדינאו, קאַרלאָ גאַמבינאָ, דזשאו קענעדי, זשאן גאטי, און נאך, זענען געווען ביי די איבערצייגונג אז א באדייטענעם טייל פון די אויסגעהאראוועטע געלט וואס א מענטש פארדינט געהערט גאר צו זיי. אן קיין שום פארוואס אדער פאר ווען, קיין שום זאכליכע עקלערונגען זענען נאך קיינמאל נישט באשאפען געווארן דאס צו בארעכטיגן. און אויב ס'האט זיך געמאכט אז עמיצער א מה-יעשה'ניק האט זיך אפגעזאגט צו ערפילן די פאדערונגן פונעם הויכגעשעצטער מאפיא באס, האט יענער באוויינט דאס טאג וואס דאס פאטער זיינער האט פארשוואנגרט זיין לייטזעליגען מוטער. א כוואליע פון טעראר און צרות האט זיך געיאגט צו זיין ריכטונג, זיין קאר, הויז, געשעפט, זענען מיטאמאל מיסטיריעז אויפגעגאנגן אין פארציקענדע פלאמען. זיינע קינדער זענען ברוטאליש פארכאפט געווארן פון זייער שלאף בעטן אין מיטן די נאכט. נאנטע פאמיליע מיטגלידער זענען געטראפן געווארן דערשאסן טויט אויף פארנומענע שאסייען, אזש דער מאן איז פשוט געווען געצווינגן נאכצוקומען די פארלאנגן פונעם פעשען באס מיטן לאנגן ציגאר אינעם געלע ציין-באצירטער פיסק. און אויב דער מאן האט נאך אלס נישט געכאפט אז מ'דארף זיך עפענען דעם טייסטער און שענקן פארן באס א באדייטענעם הויפן פון גרינע באנקנאטן, איז זיין געביין מיטאמאל מיסטיריעז פארשוואונדן געווארן און זיינע איבערבלייבענישען זענען מער קיינמאל נישט אפגעפונען געווארן.

מיט די דאזיגע מיטלן האט זיך דער מאפיא דערווארבן א פולקאמע קאנטראל אויף א באדייטענעם טייל פון די פארמעגנס פון די באפעלקערונג. ביז זיי זענען ענדליך אונטערגעברענגט געווארן דורך די אינסטאנצן.

קאמוניזם:

וולאדימיר לענין האט געוואלט איינשטעלן א קאמוניסטישע רעזשים אין רוסלאנד. נעמליך, קיין וואנזיניגער איז דער לענין ווארשיינליך נישט געווען, ער האט גוט געוויסט אז א באדייטענעם טייל פון די באפעלקערונג וועט נישט איינשטומען צו אקצעפטירן די נאבעלע קאמוניסטישע לערע, און די טיפזיניגע אידילאגיעס פון מארקס און ענגעלס. דערפאר איז אים איינגעפאלן א וואזשנעם געדאנק. לענין האט באשלאסן דורכצופירן א העכסט-געוואגטע עקספּערימענט, ער האט באשלאסן ארויפצוצווינגן א אידאלאגיע אויף א גאנצע פאלק מיט די גוואלד. און דאס דורכצופירן האט ער זיך באנוצט מיט יעדע מעטאד וואס ס'איז געשטאנען צו זיין דיספאזיציע. זיין נאכפאלגער דער בלוט-דארשטיגער טיראן און מטורף יאזעף סטאלין האט נאך פול מער אויסגעברייטערט די מעטאדן.
די פארגייער פון די קעי. דזשי. בי. / ען.קעי.ווי.די. די טשעקאַ איז געגרינדעט געווארן, און גאנץ רוסלאנד איז אנגעזייט געווארן מיט אומצאליגע געהיימע אינפארמאטירן, וועמענס אויסשליסליכסטע מיסיע איז געווען צו האלטן די נויטיגע אינסטאנצן אינפארמירט, איבער גענוי וואס יעדער בירגער טראכט אדער זאגט. אין רעזולטאט זענען שווערע מיליאנען רוסן הויפזעכליך די אינטעלעקטואַלן און גייסטליכע ארעסטירט געווארן און ברוטאליש אויסגעפארשט געווארן אין די געהיימע קעלערן פון קעי. דזשי. בי. די אויספארש מעטאדן מיט וועלכע די קעי. דזשי. בי. האט זיך באנוצט זענען ווירקליך געווען האר-אויפשטעלנדע. א מאסיווער טעראר זאווערוכע האט זיך אראפגעלאזט אויפן סאוויעטישער פארבאנד. די באנען האבן זיך אנגעהויבן צו גריצלען אויף די שינעס צום ריכטונג פונעם פארפרוינעם סיביר. דארט אין סיביר זענען שווערע מיליאנען רוסן אינטערנירט געווארן אין די אומצאליגע ארטיגע גולאגס. זייער זעלטען האט זיך עמיצער צוריק געקערט פון דארט מיטן קלארן זינען.
אין די סאמע זעלבע צייט האבן די קאמוניסטן אנגעפירט מיט א מאסיווע פראפעגאנדע, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, ווי גוט ס'גייט אין רוסלאנד און ווי דורכגעפוילט און קאראפטירט די מערב וועלט איז. אזש די רוסן זענען גאר געווען שטאלץ צו וואוינען אינעם סאוויעטישער גן עדן. אפגעזען פון דעם אז זיי האבן ניטאמאל פארמאגט ברויט אויף הויזן. ווי ס'איז באוויסט איז דער עקספּערימענט עטווענטועל מאוס דורכגעפאלן. מ'קען פילייכט נישט ארויף צווינגן א אידעלאגיע אויף מענטשען מיט טעראר אויף שטענדיג.

לב טהור קולט:

אינעם ווייטן גואַטעמאַלאַ, אין א וויסטער ארט וואס רופט זיך בבל, אין די שאטענס פון באוואקסענע אבאקאדאו ביימער געפונט זיך א מענטש, צום באדויערן פון אידישען אפשטאם מיטן נאמען נחמן ארז. דער ארז צווינגט ארויף אויף די ארטיגע אידן א קראנקהאפטע אידעלאגיע וואס זיין פאטער דער ארז הנגדע האט ערפונדן. דער ארז באנוצט זיך מיט טעראר, מאניפולאציע, מוח שווענקונג, און פיזישע גוואלטאטן, גענוי ווי די מאפיא און די קאמוניסטן צו פארבלייבן מיט זיין דיקטאטורשאפט, און האלטן די ארטיגע איינוואוינער פאר זיינע שקאלפן און אונטערטאנען. דער ארז וויל זיך חלילה פארגלייכן צו אידישע קהילות און חסידישע הויפן וואס האבן זיך אין די פארגאנגנהייט אויך באנוצט מיט פארשידענע צווייפלהאפטיגע מעטאדן צו האלטן זייערע מיטגלידער און אנהענגער אין שפאן. אבער דער קערל כאפט אבער נישט, אז פון קהילות און חסידישע הויפן האט מען גערן ערלויבט פאר די רעוואלוציענערן אוועק צו גיין, דער אנגעבליכער געליטענער האט געקענט פארלאזן די קהלה אדער חסידות און אנהייבן זיין לעבן פון דאסניי ערגץ-אנדערש-וואו. זאגאר פון דעם דאזיגער גולאג בבל לאזט מען צום באדויערן קיינעם נישט ארויס, גענוי ווי אינעם סאוויעטישער גן עדן. מ'האלט דעם עולם דארט געקניפט און געבינדען מיט אלערליי אומלעגאלע און אומאראלישע צווייפלהאפטיגע הייראטן. און גענוי ווי די קאמוניסטן באנוצט זיך דער דיקטאטור און קולט פירער מיט פארפירישע הוילע פראפעגאנדע, צו שילדערן פאר די אלגעמיינע ציוויליזאציע ווי גוט און ווי ליכטיג ס'איז דארטן אינעם בבל גולאג.

נחמן ארז דער צייט איז געקומען: גיב זאפארט אויף דעם טמאנעם קולט, און יודעלעך שרייט ארויס פון בבל![/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר