די נסיעה קיין אנטארקטיקע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2071 מאל

די נסיעה קיין אנטארקטיקע

שליחה דורך אישתישבי »

אין מאמענט די וואך ווערט באשריבען די נסיעה קיין אנטארקטיקע ווי פופציג אידן האבן זיך משתתף געווען.

איך גלויב אז די אידן זענען אלע געפארען זעהן נפלאות הבורא, און אפשר געהאט אפאר פניות, אבער דער עיקר סיבה איז ווי געזאגט.

איין הערה, לויט ווי עס שטייט אין אינטערנעט ווערט דארט בכלל נישט טונקעל דער צייט פין יאר, מפיהם שמענו אז איין שעה ווערט יא עטוואס טונקעל, איך גלויב ליבערשט אז קען רעכטע שקיעה איז דארט נישט דא.

אין פוסקים זענען אוודאי דא דיונים ווי אזוי מען ברויך ציילען דו כדי צו מאכן שבת, איך רעד שוין נישט פין די טיים ליין, נאר אויב איז נישטא קיין זעקס טעג איז קען שבת נישטא, און אויב איז נישטא קיין נאכט איז נישטא קיין חיוב שחרית אדער קריאת שמע, און מען קען מאכן דמיונות צו דער שבת פין מדבר, וואס מען ציילט זיבען טעג פאר דער וואס פארלירט חשבון אבער אין אינו דומה כלל.

פונקט ווי עס איז נישטא קיין יום טוב ווען בית דין איז נישט מקדש דער חודש, איז נישטא קיין שבת ווען עס איז נישטא קיין זעקס טעג, די גמרא זאגט אז שבת איז מקודש ועומד, אבער עס איז נישטא קיין זיבעטער טאג בכלל.

ממילא איז דאס אהין גיין דארט א מיטעל פין זיך פטר'ן פין מצוות, אלעס וואס מען דאווענט קען הייסען א תפילות נדבה. תפילין קען זיין אז מען איז יוצא איינמאל פאר זעקס חדשים, און אין די פינסטערע חדשים איז נישטא קיין ציצית ותפילין כלל. און לימוד התורה פין די אלע מצוות איז ווי לערנען הלכתא למשיחא אויך ווען מען קומט צוריק. אבער א ברכה פין נטילת ידים ווען מען שטייט אויף איז לכאורה נישטא ווייל דער רוח רעה איז נישטא ביינאכט. חוץ לויט דער שיטה פין בריה חדשה.

ויש לפלפל עוד. אבער בעיקר איז דער סאטמערער רב זי"ע גערעכט געוועהן אז מען ברויך נישט פארען צו די אלע מקומות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אישתישבי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר