אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק האט שוין לאנגע יארן נישט מיטגעהאלטן אזא סומאטאכע וואס עס פארלויפט זיך אצינד אין וואשינגטאן. דער פרעזידענט, וועלכער פארמאגט די שטיצע פון כמעט אלע רעפובליקאנער, פארלאנגט פונעם לעגיסלאטיווער פליגל, די סומע פון עטוואס מער פון פינף ביליאן דאללאר! אויף צו פארענדיגן דעם באפעסטיגטן מויער וואס בויעט זיך ביי די דרום גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן.

לויט די קאנסטיטוציע, פארמאגט נישט די רעגירונג קיין לעגאלע רעכט צו פארשווענדן געלט פון אמעריקאנער שטייער צאלער אן דעם צושטימונג פונעם לעגיסלאטיווע פליגל. די לעגיסלאטורן שאפן דעם יערליכן רעגירונג-בודזשעט, און דער פרעזידענט שרייבט דאס אונטער און דאן ווערט דער בודזשעט פארוואנדלט צו עמטליך געזעץ. יעדע יאר באזונדער אינעם טאג פון דעצעמבער 21' בחצות הלילה, לויפט דאס עקזיסטירענדע בודזשעט אפ און א נייער יערליכער בודזשעט דארף ספאנטאן אריין גיין אין קראפט.

דער געברויך פאר'ן מויער איז פארן פרעזידענט א צוויי-פאכיגער. ערשטנס, ער וויל זיך האלטן צו זיין פארשפרעכונג וואס ער האט הייס פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. און צווייטענס, ווייל ער איז טיף איבערגעצייגט אז א מויער איז די אויסשליסליכסטע מעטאד אפצוהאלטן אימיגראַנטן פון אריינצוקומען אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמאקראטן, אין שפיץ פון טשאַק שוממער וועלכער דינט אלס מינאָריטעט פירער פונעם העכערן הויז, און זיין קאלעגע נענסי פּעלאָסי וועלכער דינט אלס דער מינאָריטעט פירער פונעם נידעריגער הויז, זענען ביידע אויסגעשפראכן קעגן בויען דעם מויער. סענאטאר שוממער איז ביי די מיינונג אז עס זענען פארהאן ביליגערע מעטאדן צו באשיצן די גרעניצן, און א מויער איז לויט אים אומזיסט ארויסגעווארפן שטייער-צאללער געלט. דאס איז אפגעזען פונעם פאקט אז ער זעלבסט האט אין די פארגאנגענהייט שטארק אגענטירט פאר א מויער (אבער ווען דער פרעזידענט פארלאנגט עס, איז עס מיטאמאל צו טייער, דורכשניטליכע ליבעראלע היפאקריטיע), און פרוי פּעלאָסי איז ביי די מיינונג אז פון א מאראלישער שטאנדפונקט איז א מויער א שאנדע פאר די פאראייניגטע שטאטן (אזא מאמישע געפיל זאך, וואס מיר מענער פארשטייען גאר נישט), אפגעזען אז אין רעאליטעט עקזיסטירט שוין אזא אוממאראלישער מויער אויף באדייטענעם טייל פונעם דרום גרעניץ, און דער פרעזידענט איז בלויז אויסן צו פארענדיגן דעם מויער.

דער שטרייט צווישן דעם פרעזידענט מיט שוממער און פּעלאָסי האט זיך אין די לעצטע וואכן אויסגעברייטערט אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. דער פרעזידענט איז פעסט אנטשלאסן נישט אונטערצושרייבן דעם נייעם פעדעראלן בודזשעט, ביז ווי לאנג מ'שטעלט נישט אריין אינעם בודזשעט די פינף ביליאן דאללאר פאר זיין מויער. אין רעזולטאט פונעם פרעזידענט'ס באשלוס איז נאכנישט פארהאן קיין בודזשעט פארן נייעם יאר, דאס באדייט אז דער פעדעראלער רעגירונג איז אפיציעל פארשלאסן. די רעגירונג האט טעכניש נישט קיין געלט צו פונקציאָנירן. דאס איז זעלבסט-פארשטענדליך א פולשטענדיגע קאטאסטראפע פאר די איבער אכט הונדערט טויזענט פעדעראלע איינגעשטעלטע וועלכע קענען נישט באקומען זייער וועכנטליכע געהאלט.

ביידע זייטן האבן ווארשיינליך שטארקע ארגומענטן, און קיין פאסיגע לעזונג זעהט זיך ביז דערווייל נישט אויפ'ן האריזאנט.

דער פרעזידענט האט נעכטן אין א רעדע צום פאלק דערקלערט אז דער מויער איז קריטיש-וויכטיג פאר די זיכערהייטס פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט פארגעשטעלט גענויע ציפערן און גראפישע פאקטן פון האר-אויפשטעלענדע פארברעכנס וואס אומלעגאלע אימיגראַנטן זענען לעצטנס באגאנגען קעגן אומשולדיגע אמעריקאנער. ער האט דעקלערט אז בויען דעם מויער איז גאר א מאראלישער פליכט. (אפגעזען וואס פּעלאָסי האלט קאפויער. ווי עס שיינט, האט מאראל עטליכע פארבן).

דער פרעזידענט האט מיט זיין רעדע ווארשיינליך אנגעהויבן צו לייגן זיינע פונדאַמענטן צו דערקלערן א נאציאנאלער-נויטפאל, וואס דאס ערלויבט עטוואס פאר'ן פרעזידענט זיך צו באנוצן מיט פעדעראלע געלטער ווי ער זעט פאר נויטיג. דאס איז אבער נישט אזוי אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע, און ס'איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן אז דאס וועט אנקומען צו דער דריטער פליגל פון די רעגירונג - די יוריסדיקציע פליגל, ווי די ניין העכסטע ריכטער פונעם לאנד וועלן דאס דארפן אנטשיידן. אייגענטליך האט דער פרעזידענט גוטע שאנסן אינעם העכסטן געריכט, מיט די אפוועזנהייט פון די ליבעראלע ריכטערין, רות גינסבורג (והיא מחולל מפשעינו) פארמאגן די רעפובליקאנער א באדייטענעם מערהייט אויפ'ן געריכטס באנק, וואס דאס קען זיין שטארק בייהילפיג פארן פרעזידענט.

אלענפאלס, שוממער און זיין קאלעגע פרוי פּעלאָסי באשולדיגן דעם פרעזידענט מיט קאלטע הארצלאזיגקייט. (איי, שענק דעם פרעזידענט זיינע פינף ביליאן דאללאר אין וועלכע ער נויטיגט זיך דיך צו באשיצן? די רעגירונג פארשווענדט דאך פיל גרעסערע סומעס ווי 5 ביליאן דאלאר פאר פיל גרעסערע שטותים און נארישקייטן, ניין! זייער אראגאנץ זיך נישט צו בייגן צו די ווילן פונעם פרעזידענט, איז פילפאכיג גרעסער ווי איר רחמנות אויף די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער מיט זייער ליידענדע פאמיליעס). זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט באנוצט זיך מיט די ליידן פון די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער דורכצופירן זיינע אמביציעס, און זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט האט זעלבסט באשאפן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס בלויז צו פארפילן זיין מויער אבסעסיע, און אייגענטליך איז דער צושטאנד גארנישט אזוי שווארץ ווי דער פרעזידענט לייגט דאס אראפ. נאך מער ארגומענטירן זיי, אז דער פרעזידענט זעלבסט האט פארשפראכן אז מעקסיקא וועט באצאהלן פארן מויער, אלזא פארוואס פארלאנגט ער אצינד געלט פון די אמעריקאנער שטייער צאהלער? דער אנטווארט פונעם פרעזידענט אויף דעם איז אז מעקסיקא האט אין יעדנס-פאל באצאהלט פארן מויער מיט גינסטיגע האנדלס-טערמינען פאר די פאראייניגטע שטאטן. אבער דאס איז בלויז א לאנג-טערמיניגער באצאלונג, און מ'קען נישט ווארטן מיטן בויען דעם מויער...

די ליבעראלן פארלאנגען קאטעגאריש אז דער פרעזידענט זאל ערשט אונטערשרייבן דעם בודזשעט, און דערנאך וועט מען שוין באהאנדלען דעם אנגעבליכן אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. אבער דער פרעזידענט לאזט זיך נישט פארפירן פון די לעכערליכע פארשפרעכונגען פון די ליבעראלן. ער ווייסט זייער גוט אז איינמאל דער בודזשעט גייט דורך, וועלן זיי אים לאזן זיך אויספייפן אויפן רויטן ים. דערפאר האלט ער זיך פעסט צו זיין שטעלונג, אפגעזען פון דעם אז די פעדעראלע רעגירונג איז פארשלאסן מיט שלאס און ריגל.

די גאנצע וועלט שטייט גאר געשפאנט, און ווארט מיט גרויס אנגסט, וואס עס וועט זיך ווירקליך אויסשפילן אין וואשינגטאן.

צום באדויערן שטעלט זיך ווירקליך ארויס זייער א שווארץ בילד. יעדער וואס האט בלויז אויגן אין קאפ פארשטייט, אז א מויער איז די אויסשליסליכסטער וועג צו פארמיידן אומלעגאלע אימיגראַנטן אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן. נאך מער, די לעגענדארע דעמאקראטישע פרעזידענטן - קלינטאן און אבאמא - האבן אויך געהאט הייס פארשפראכן צו בויען א מויער ביים דרום גרעניץ. נאר זיי האבן ווי ריכטיגע פאליטיקער צוגעזאגט אלסדינג און איינגעהאלטן א שווארצער פייג איינגעטינקען אין געדעכטע חרוסת.

אבער אונזער פרעזידענט איז נישט קיין דורכשניטליכער וואשינגטאן פאליטיקער. ער איז אפילו אין געוויסע זין גאנץ אן אויפריכטיגער מאן, וואס פראבירט מער ווייניגער איינצוהאלטן אלעס וואס ער האט פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. אפגעזען ווי שווער און אומפאפולער ס'זאל נאר נישט זיין. (אויסער פון אריינצו-ווארפן פרוי קלינטאן אין טורמע). דער פרעזידענט איז פאראנטווארטליך פאר די אינערליכע און אויסערליכע זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט צוטריט צו די געהיימע זיכערהייט באריכטן. ער באזיצט אינפארמאציע צו וועלכע שוממער און פרוי פּעלאָסי האבן גארנישט קיין צוטריט. און צוליב זייער אויסטערלישע וויסטע האס צום פרעזידענט, שטערן זיי אים בייזוויליג אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן מיט וועלכע ער איז באשוואוירן געווארן, צו באשיצן דאס לאנד פון אלערליי פיינט אונטערנאציאנאל און נאציאנאל, ווי עס לויטעט דער פרעזידענטליכער שווערונג.

דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

אמעריקע געפינט זיך ווירקליך אין א כאאטישן צושטאנד....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר