רשעות'דיגע אכזריות מיט א צינישע שמייכל - ביס פון א טמא'נע חי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

רשעות'דיגע אכזריות מיט א צינישע שמייכל - ביס פון א טמא'נע חי

שליחה דורך Buddy »

שפאצירט ער שבת נאכמיטאג מיט זיין פריינד וואס זענען געקומען פון אינדרויסן פון שטאט, גייען אדורך א גרופע און הייבן זיך אן צו רייצן מיט קולות און באליידוגענג לאזונגען אונטערצורייצן די געוויסן. אזוי ווי די חברים ענטפערן מיט "די אידישע פאלק לעבט" ווערט די פארזאמלונג פון די גרופעס געמיטער נאר מער צוהייצט, אזש מפיהלט ווי זיי גייען אט אט אטאקירן ביז א באלדיגע סכנה, ווייזט ער מיט זיין הענט אויף די ביקס... די גרופע צוייטערט זיך פון זיי, און ס'איז רוהיג צוריק, די טשאלענט קען זיך ווייטער דערדייען...

אט געשעהט עס -
די חברה באנדיטן נעמען ארויס די אמת'ע געווער, די געווער וואס האט שוין אפגעקאסט חורבנות אין די לעצטע תקופה עד אין לשער, "די מידיא" א.ג. פעיק ניוז, זיי נעמן ארויס די בחרבי ובקשתי, די "קעמערא" מיט א פארגעשריטענע ווידאו זאם, און הייבט אן די אמתע מלחמה -

מען דארף נישט ווארטן, די פאליציי קומען אויפן פלאץ, מען ארעסטירט די "אידישע טעראריסט" מען קייטלט אים, מען נעמט אים אוועק די געווער, אריין אין סאמעטוכע אריין... יעצט וועט די טשאלענט ליגן און ליגן און אויפבויען א מאגייקע אין די גאנצע מהות.

זונטאג ביי די הערינג אין קארט זענען יענע באנדע לינקע-אראבער-רעפארמיר-סאטמיריר פאגראמיסטן אנגעקומען און שטייען דארטן מיט'ן רשעותדיגע אכזריותדיגע שמייכל - - -

און די איד גייט ארויס אבל וחפוי ראש, אן רשות צו האבן געווער, אוועקגעווארפן אונטער די באס - - - זעה די ווידיאו "המשטרה צריכה לגלות יותר רגישות"

יא די מעשה איז געשען יעצט די שבת פרשת בא תשע"ט.

די הריגות אין ארמון הנציבאיז דירעקט פארגעקומעןפון די חיות מטורפות!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nYEPi7jYanQ[/youtube]

זעה דא פיר הרוגים אין ארמון הנציב פון קאר איבערפארן, און וועמען האט מען ארעסטירט?יעפ א 61 יעריגע אידעלע...

א נייע וועלט פון ארגאנאזירטע פאגראמען און רציחות, קנאקט און קלאפט מיט די סימנים פון די דייטשן מיט די פונקטליכקייט, און דאס איז א פעט געשמירטע אפאראט וואס איז געקונצעלט אז די "גרויסע וועלט מאכטן" ווערן אריינגענערט און טאקע די זעלבע אונגארישע אידן וואס האבן נישט געגלייבט אז די דייטשן קענען באווייזן אזוינס, די אונגארישע אידן האבן געלאכט אין די בעל אם הבנים שמחה זצוק"ל הי"ד אין פנים אריין און געזאגט אז "דאס געשעהט צו די רוסישע און פוילישע אידן ווייל זיי האבן געהאלטן פון די רעיון הגאולי (א.ג. ציוני.. ) און האבן געשטיצט עלייה" און זענען צום לעצט געפארן כצאן לטבח מיט א שמוץ פון "קידוש השם" אריבער.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר