בלאט 1 פון 1

הידברות שטעלט צו פעיסבוק על טהרת הקודש

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2019 11:35 am
דורך לבי ובשרי
שבע ברכות.
דאס איז דער נאמען וואס דאס וועבזייטל טראגט. איינס פון די פילע צווייגעלעך פונעם הידברות וועבזייטל.
הידברות איז באקאנט אלס זייטל צוצושטעלן פאר אידן בעיקר בעלי תשובה חומר לקריאה ולמחשבה אין רוחניות ווי אויך אין גשמיות און אין אלע הינזיכטן. דער וועבזייטל איז גאר פאפולער ווי באקאנט אין ארצה"ק פאר די ארטיגע.

א פראמינענטער רינגעלע אינעם לאנגן קייטל איז אתר שבע ברכות.
שבע ברכות איז געעפנט געווארן מיט'ן ציל צו פארגרינגערן שידוכים פאר אלמנות/ גרושות וגרושים, און אויך פאר אומגעהייראטע וואס ווארטן פשוט אויף זייער באשערטע. און על אתר קען מען זיך פארבינדן און בויען לאנג-טערמיניגע קשרים מיט פרעמדע אלוועלטליך.
אין אנדערע ווערטער, איז דער וועבזייטל א העברעאישער כמו פעיסבוק ווי עס איז דא א מעגליכקייט צו לייקן, שעירן, והמסתעף.

איינס פון די פראמינענטע רבני הידברות איז דער הרב זמיר כהן.
הרב זמיר איז אנגעפרעגט געווארן אין איינס פון די לעצטיגע שיעורים איבערדעם וואס רבותינו שרי הביד"ץ שבארה"ק זענען שארף ארויס קעגן דעם 'שבע ברכות'.
ווידעראום טענה'ט דער שואל אז נאר אדאנק שבע ברכות איז ער היינט צוטאג א שומר נגיעה און האט אויפגעשטעלט א אידישער שטוב נאמן לה' ולתורתו. אבער, נפשו בשאלתו, אויב די רבני הביד"ץ טרעטן ארויס קעגן דעם וואוילטעטיגן חסד ותשובה אפאראט, נו, מעגליך יש דברים בגו ויש למה לחשוש?

הרב זמיר'ס אנטווארט האט נישט געשפעטיגט צו קומען, מיט א זעלבסטפארשטענדליכן ענטפער אז זיכער יש לחלק און עס איז קלאר אז דער זייטל איז נישט געווידמעט פאר אלעמען.

יעצט מערק איך אז ווען מען קנאקט אריין אין גוגל איבער דעם אתר שבע ברכות און מ'עפנט דאס זייטל, קומט צו שווימען א הודעה אז דעס זייטל איז נישט געווידמעט פאר 'חרדים בני תורה'.
שוין. אזויפיל האט דער שואל יא אויפגעטון...