דער סטעיט אוו די יוניאן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

דער סטעיט אוו די יוניאן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מיס. ספיקער! דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!

מיר שטייען בלויז שטונדן אפגערוקט פונעם היסטארישער מאמענט, ווען די טויערן פונעם רעפרעזאנטן זאל וועלן זיך אויפשפראלן אין דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אין די באגלייטונג פון זיין מיניסטארן און הויכראנגיגע ראטגעבער, וועט אריין מארשירן אינעם פראכפולען רעפרעזאנטן זאל, און אפגעבן זיין יערליכער באריכט פאר די אנוועזענע געזעץ געבער פון ביידע פאליטישע שטרעמונגען, איבער זיין וויזיע און פלענער פארן קומענדיגער יאר.

זינט די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געמאכט דאס גרעסטער פאליטישער גרייז אין די היסטאריע, און אריין געוועלט דעם ראדיקאלער סאציאליסט באראק אבאמא אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, איז צום באדויערן די אמעריקאנער באפעלקערונג ביטער צוטיילט געווארן. א טיפער שפאלט טיילט אפ דעם פאלק איינער פונעם אנדערן. די ליבעראלן האבן זיך גענויגט מער לינקס, און זיי זענען געווארן סאציאליסטיש געשטימט. און די רעפובליקאנער האבן זיך גענויגט מער רעכטס, און געווארן קאנסערוואטיוו געשטימט. דער בראך קומט הויפטזעכליך צום אויבערפלאך אין אזא צושטאנד ווי מיר געפונען זיך אצינד, דער עקזעקוטיווער פליגל איז קאנטראלירט דורך א קאנסערוואטיוו געשטומטער פרעזידענט, און דער לעגיסלאטיווער פליגל איז קאנטראלירט דורך די ראדיקאלער סאציאליסט נענסי פּעלאָסי. אין רעזולטאט איז דער רעגירונג עטוואס אין גרידלאק.

נעמליך, ווען די פירער פון ביידע פאליטישע שטרעמונגען זענען אנשטענדיגע שטאטסלייט, וואלט ווען דער רעגירונג ווארשיינליך געקענט ווייטער פונקציאנירן, גענוי ווי דער רעגירונג האט פונקציאנירט אין די פארגאנגנהייט אין אזעלכע ענדליכע אומשטענדן. אצינד איז אבער דער פראבלעם פול טיפער. די ראדיקאלע סאציאליסטן זענען געווען טיף איבערגעצייגט אז ס'וועט זיי געלונגן אז די סאציאליסטשע, פרוי קלינטאן, וועט ווירקליך ווערן די פרעזידענטין פון די פאראייניגטע שטאטן. פרוי פּעלאָסי זעלבסט האט זיך געשוואורן ביים אלעם הייליגן אז איר לאנגיעריגער הארץ-פריינדע פרוי קלינטאן גייט ווערן פרעזידענט. זיי האבן ביידע אייגענליך די זעלבע לינקע סאציאליסטישע און פעמיניסטישע אנטשואונגען, דאס האט אבער נישט פאסירט נאר דער קאנסערוואטיוו געשטימטער טראמפ איז אריינגעוועלט געווארן אלס דער 45-טער פרעזידענט אין לאנד.

צו די ביטערע אנטוישונג פון די סאציאליסטן איז גארנישט געווען קיין גרעניץ. מ'האט זיי פשוט געזען עפענטליך וויינען אין די גאסן, דאס איז פאר זיי א ביטערער פיל וואס קענען נישט אראפשלינגן ביז צום היינטיגן טאג. זיי קענען זיך נישט צושטעלן צום פאקט אז דער פאלק האט אריינגעוועלט א קאנסערוואטיוו געשטימטטער משוגענעם פרעזידענט. זייער אויסטערלישער ווייטאג, טרייבט זיי צו משוגעת און צו אלערליי קאנספיראציע אילוזיעס, ווי די רוסן און די טערקן האבן ווען מאנאפאלירט די אויסגאנג פון די וואלן, אד''ג. שווערע ביליאנען דאללארן זענען שוין פארשווענדעט געווארן אויסצופארשן די סאציאליסטישע קאנספיראציע פייגליך, אבער ביזדערווייל האלט מען נאך נישט אין ערגעץ. און די סאציאליסטישע געשטימטע מידיע טרייבן די קאנספיראציע טעאריעס אויף א א מאסנשטאבליכער פארנעם, אזש דער פאלק איז שוין אזוי צומישט אז מ'קען שוין נישט פונאדערשיידן צווישן קאנספיראציע און ראליטעט.

פרוי פּעלאָסי באזונדער האט דאס אויסטערליש שווער אויפגענומען, און זי האט אין רעזולטאט באשלאסן, גענצליך נישט צו אנערקענען דעם פאקט אז טראפ איז פרעזידענט און פירט דאס לאנד ווי אזוי ער פארשטייט. זי האט זיך גענומען א פערזענליכע אונטערנעמונג אין לעבן, צו שטערן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אויסצופירן זיינע פליכטן, מיט יעדע מיטל וואס שטייט בלויז אין איר דיספאזיציע. דאס באדייט אז דאס אמעריקאנער פאלק ליידט שרעקליך, בלויז צוליב פרוי פּעלאָסי האט געוואלט אז איר פריינדע פרוי קלינטאן זאל ווערן פרעזידענט אין אמעריקע. דאס מוח בלייבט פשוט שטיין ווען מ'זעט ווי ווייט פארדארבענע כאראקטערן און געמיינע מאַניארן קענען פירן א מענטש.
אין אנדערע ווערטער ווען דער קאמף איבער גרעניץ זיכערהייט וואלט זיך ווען געפירט בלויז פון א אידאלאגישע שטאנדפונקט, וואלט מען אן קיין שום צווייפל ווען געקענט קומען צו א זאכליכע קאָמפּראָמיס. אבער ווען איין זייט קעמפט אויסשליסליך נישט אידאלאגיש, נאר בלויז מיט פרעזענליכע האס און מיט פארדארבענע כאראקטערן איז ממש אוממעגליך צו קומען צו א זאכליכע קאָמפּראָמיס איבער סיי וועלכער טאפיק. און דאס איז ממש א שאנדע.

היינט נאכט ביים סטעיט אוו די יוניאן, גייט דער פרעזידענט ווארשיינליך אפעלירן צו די געוויסן פון די מעסיגע ליבעראלן, זיך עטוואס אפצושאקלן פון די ראדיקאלע סאציאליסטן, און הויפטזעכליך פון די דאזיגע וועלכע גייען מיטן קאפ אין וואנט, צילוב זייערע פערזענליכע שוועריקייטן איבערצוקומען דעם ראליטעט. אז זיי זאלן אנהייבן צו אנאליזירן די פאקטן מיט א ניכטערער און אביאקטיווער בליק. ס'איז א סיטואציע פון לעבן און טויט, מ'קען נישט צוליב וויסטע האס און עגאאיסטישקייט זיך אריינשטעקן דעם קאפ אין וואנט.
לויט ווי שטארק פרוי פּעלאָסי האט איז געווען אויסן אפשטופן דעם סטעיט אוו די יוניאן, איז צום גלייבן אז זי האט ווירקליך פארוואס זיך צו פארכטן, און אז דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך סוקסעסירן עטוואס אריינצוגעבן פאר די מעסיגע ליבעראלן אביסל גלייכע זינען.

די אויגן פון די אנוועזענע וועלן ווארשיינליך זיין אנגעשטעלט אויף פרוי פּעלאָסי צו זען איר רעאקציע פון די רעדע. זאגאר ס'איז זיך פארצושטעלן אז איר פארקניישטער באבישער פרצוף וועט בלייבן שטייף ווי קיפער. זי איז איז פארט א געשולטער פאליטיקער און א לאנגיאריגער עקספערט צו פארדעקן אירע נאטירליכע געפולן. זי וועט זיצן דארט אונטערן פרעזידענט אינאיינעם מיטן וויצע פרעזידעט מייק פּענס, עם זנוניה על פניה ונאפופיה מבין שדיה...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר