עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאמיר עפענן א באזונדערע אשכול דערוועגן

הוגה האט געטענה׳ט אז עמעזאן איז אזוי געפערליך, אזש עס איז א גוטע זאך אז נ.י. האט זיי ׳אויסגעשפיגן׳.

איך האב געטענה׳ט אז עס וואלט נאר געווען א גוטע זאך, ווען דאס העלפט צו אז מ׳זאל זיי צונעמן און אפשטעלן זייער שלעכטס אדער גענצליך פארמאכן. וויבאלד דאס איז נישט די מעשה דא, ווייל זיי בלייבן אפן און מעכטיג, מאכט עס נישט אויס פאר סיי וועמן אז נ.י. איז פטור געווארען פון זיי. דער יונגערמאן פון ווסמב"ג\לעיקוואד\ק.י. וואס בארגט עמעזאן געלט אומזיסט, מוזענדיג ווארטען צוויי וואכען פאר זיין ערליך פארדינטע געלט, גייט עס נישט באקומען שנעלער. די מהלך פון פארמאכן קאנטעס אן א פארוואס אדער פארווען, און דער יונגערמאן בלייבט שטעקן מיט א ווערצהויז פון סחורה ואין קונה, גייט נאך אן מיט א חיזוק. זיי צאלען באבקעס פאר זייער ארבעטארערס און פאדערן עבודת פרך ווייטער. זיי רייטן אויף אלע שטייער צאלערס אין די פאראייניגטע שטאטן, פונקט ווי אמאל. די חילוק איז נאר ווי עס גייט פאסירען, אבער צו וועמן האט זיך נישט גע׳ענדערט.

אגב, איך האב געהערט אויף NPR פרייטאג, ווען דער מעיאר איז געווען אויף די ראדיא צו באקלאגן און פארטיידיגן זיין דיעל, ווי איינער האט געקלינגען מיט א נקודה למחשבה. טאמער די דעת הקהל איז געווען אזוי שטארק קעגן, און מ׳האט אלס אזוי געזונט פראטעסטירט, איז עס א פועל יוצא פון פיל פאסירונגן ווי סתם עמך מענטשן האבען איינגעזען ווי לענדלארדס קענן טון וואס זיי ווילען, ווי מעכטיגע מענטשן פייפען אן די געזעץ אן א שטראף, ווי פאליציאנטן ווערן געפטר׳ט פון די געזעץ פאר זייער וואויל טעטיגקייטן קעגן ארימע מענטשן. עס האט זיך פארזאמעלט אזא גלויבונג אז גרויסע ביזנעס גייט פארשקלאפען דער ארימען, און מ׳דארף זיי אפשטעלן מיט די כח הרבים. די פירערס מוזען ווייזען פאר די ארימעלייט אז זיי האבן אויך א ייינטנג און מנגייט זיך עכט באנעמן צו זייער זארגן נישט ווייניגער ווי פאר די מעכטיגע. זיך פארטיידיגן לאחר המעשה וועט זיי נישט העלפן, און מ׳קען זיך נישט פאטשען אין בויך אז וויבאלד מ׳איז גערעכט דארף מען זיך נישט פארענטפערן פאר די יעניגער.

באמת, כל ימי אבאמא איז דאס געווען די פראבלעם. די רעדנעקס האבען אויך געהאט צו פארדינען פון אסאך פון זיין ליבעראלע גאנג, נאר עס איז אוועק געשטעלט כאילו א געראנגל צווישען צווי שבטים, און טראמפ האט דאס געקענט אויסנוצען. יעצט ווען פיל טראמפ שטיצער צאלען מער טעקסעס ווי זיי פלעגן, קענען זיי אפשר כאפען אז מ׳האט זיי געזאגט ליגענט, אבער יעצט איז צו שפעט. ווען מ׳הערט אויף מיט שיטות, און מ׳ווייזט פאר מענטשן ווי זיי קענען פארדינען פערזענליך, א זאך וואס מ׳האט נישט פון זיך שטעלן פעסט קעגן ווענעזועלא אדער סאודי אראביע, מיט אריין לאזען צו ארויס ווארפען האמאסעקסואלע מענטשן אין די מיליטער, מיט לאזען אדער פארבאטען אבארשען, דעמאלס וואלטן די וויילער געהאט א גרעסערען זאג אין זייער לעבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר