בלאט 1 פון 1

קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:38 pm
דורך איסר האטלקי
א שרעקליכער קאנטראווערסיע האט זיך אנטוויקלט אין בארא פארק נאך ווואס דער אומ'אחריות'דיגער יונגאטש קאנסילמען קלמן יעגער האט ארויסגעשיקט א טיפשות'דיגן טוויט אז פאלעסטינע עקזיסטירט נישט און עס האט אנגעזייעט אן אינטערנאציאנאלער שטורם.

מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.

מיר רופן צו קאנסולמאן קלמן יעגער, ער זאל זיך אנטשולדיגן און פארמעקן די טוויט אדער ריזיגנירן פון אמט!!