בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך כוכב » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:02 pm

טאמבל ביזט בכלל נישט קיוט מיט דיין מאסיווע אויבערחכמשאפט, און אביסל רעספעקט, דא איז נישט דער פלאץ פאר סאטירישע וויצן, עפן א באזונדערע אשכול.
אביסל מענטשליכקייט וואלט נישט געשאדט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:06 pm

יאנקי מאיער זאגט אפדעיט וועגן לויה
בייגעלייגטע פיילס
0214.ogg
(103.85 KiB) אראפגעלאדנט 101 מאל
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:15 pm

אוף אייוועלט.....
בייגעלייגטע פיילס
12345.JPG
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:50 pm

איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:55 pm

גלה כבוד מישראל
גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו
כלל ישראל באוויינט מיט די ביטערע בשורה פין די אחד מהמיוחד מגדולי וצדיקי הדור
הרה"ק רבי ישראל אברהם פארטיגאל זצוק"ל מסקולען
וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא צו די צער פין די גאנצע אידישע וועלט

עס איז א שווערע קלאפ פאר יעדער איינער, וואס מען קען זיך קוים צוריק כאפן...

יה''ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:56 pm

קאסובע רבי גייט זאגען א הספד אין זיין שול היינט נאכט 9 אזייגער
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:56 pm

צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

קודם תלמיד חכם נישט תלמוד.
איך ווייס נישט צו ער איז געווען דער גרויסער חריף, אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת תורה ומצוות נאך בימי נעוריו, דאס איז זיכער אז ער איז געווען אן אפגעהיטענער איד, מורא געהאט פאר אן עבירה.
איך מיין אז אין יהדות זענען די זאכן זייער חשוב
ס'זאגט עפעס אינעם היינטיגן דור ? אז נישט איז נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:57 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:57 pm

זיין א תלמיד חכם איז טוען פאר 'זיך', דאס האבן מיר גענוג, די זאכן וואס דו רעכענסט אויס איז טוען פאר 'יענעם', אסאך א גרעסערע קונץ.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4857
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9469 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:58 pm

צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יין שרף אום מאנטאג אפריל 01, 2019 8:06 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:03 pm

וויפיל רבי'ס האט ער איבערגעלאזט?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 717
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 679 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

הודעהדורך החוקר » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:08 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אוף אייוועלט.....
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 576 מאל

הודעהדורך התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 01, 2019 8:43 pm

החוקר האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אוף אייוועלט.....
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא

לצורך פרנסה :roll:
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:04 pm

כי נח נפשיה דרבי פתח עליה ההוא ספדנא ארץ רומניה הרה וילדה, ארץ אמעריקא גידלה שעשועיה, אוי נא אמרה בארא פארק כי אבדה כלי חמדתה

א רבי וואס האט מאחד געווען די חסידישע וועלט
א רבי וואס האט געהאלפן אידן און געפוילט ישועות נפלאות, און געברענגט אויף כלל ישראל זכותים און השפעות טובות
א רבי וואס האט געשיינט פון קדושה און קיינמאל געהאט אן אלט׳ן פארקנייטש׳טען פנים (כדוגמת הרבי מסאטמאר)
א רבי וואס האט אריינגעברענגט און כלל ישראל שיינע ווארימע חסידישע ניגונים
א רבי וואס האט זיך געזארגט פארן רוחניות און עתיד פון כלל ישראל
לאו כל יומי מתרחיש כגון דא, ויש על מה לבכות

Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:41 pm

טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:28 pm

דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:31 pm

יין שרף האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..

געגאנגען וויירעל!
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 739 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:35 pm

שבת אחים האט געשריבן:דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

אמת אז יעדע דארף אמאל גיין פון די וועלט, אבער עס קען זיין ביי די הונדרט, אדער גאר הונדרט און צוואנציג, בכלל אפי׳ די רבי איז שוין געווען א בן תשעים איז נאך אלס דא צער פון די עצם פטירה, דברים פשוטים

Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:37 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:

פיין. איך וואלט געזאגט:

ווער סקען זאל שרייבן א ביאגראפיע פון זיין לעבן, וויאזוי ער האט זיך איבער געגעבן פאר אנדערע אידן׳ס וועגן. די מעשיות פון רומעניע און פון די תפיסה, די ליסטע פון די הערליכע ניגונים וואס די רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן. וכו׳ און נישט קיין זינלאזע וויינערייען אויף דער ערד...
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

הודעהדורך חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:42 pm

שבת אחים האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

אמת אז יעדע דארף אמאל גיין פון די וועלט, אבער עס קען זיין ביי די הונדרט, אדער גאר הונדרט און צוואנציג, בכלל אפי׳ די רבי איז שוין געווען א בן תשעים איז נאך אלס דא צער פון די עצם פטירה, דברים פשוטים

Sent from my iPhone using Tapatalk

פיין. איך וואלט געזאגט:

ווער סקען זאל שרייבן א ביאגראפיע פון זיין לעבן, וויאזוי ער האט זיך איבער געגעבן פאר אנדערע אידן׳ס וועגן. די מעשיות פון רומעניע און פון די תפיסה, די ליסטע פון די הערליכע ניגונים וואס די רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן. וכו׳ און נישט קיין זינלאזע וויינערייען אויף דער ערד...

יא יא איך האב אנגערירט די עיקר נקודות פונעם צדיק,
נישט קיין ״זינלאזע וויינערייען״ נאר ארויסגעברענגט די אבידה, און יעצט געב איך איבער דעם ברעטל פאר דיר שבת אחים

Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:47 pm

איך? איך קען דאך נישט אזוי גוט די היסטאריע פון סקולען. איך קען נאר מיין היסטאריע מיט אים. און דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט אויף די יעצטיגע מינוט.
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:10 am

מ’גייט אפשפארן אלע גאסן פון 52 ביז 61. און פון 12 עווניא ביז 16טע עווניא? Wow! שטארק איבערגעטריבן דאכצעך...
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 02, 2019 2:02 am

טאמבל סאס האט געשריבן:.

ליהוי ידיעה. דאס האב איך נישט אויסגעליידיגט - דאס האט מען מיר געמעקט. וכן אויף די תגובות נאכדעם. פארוואס זאג איך אייך ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 02, 2019 7:03 am

ימים ידברו האט געשריבן:טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר

א זעלטנהייט, דער פארהויטיגטער מוח, ימים, מאכט איין, אין סאמע מיטן מאכן...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 7:13 am

קען איינער מיר געבן צו פארשטיין פארוואס קול מבשר זאגט: נצחו ערלים את המצוקים''
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 7:18 am

טאמבל סאס האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:.

ליהוי ידיעה. דאס האב איך נישט אויסגעליידיגט - דאס האט מען מיר געמעקט. וכן אויף די תגובות נאכדעם. פארוואס זאג איך אייך ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.

איך בין צופרידען
גיט האט מען געטוהן

עס איז דא א גבול פאר די סטאקמערע רשעות פון אני ואפסי עוד
איך האלט אז מען ברויך עפענען אפשר איז שוין דא אן אשכול פון אלע צדיקים וגאונים וואס סאקמער האט גערוידפט
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט