פרעזידענטליכע וואלן אין יאר 2020 למספרם.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

פרעזידענטליכע וואלן אין יאר 2020 למספרם.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די פיבערהאפטיגע בעפארברייטערונגן צו די וואלן פון יאר 2020 למספרם איז שוין אין פולן שוואונג. די דעמעקראטן שטעלן ארויס א אויסוואל פון איבער 20 קאנידאטן וואס לויפן פאר פרעזידענט. די הויפט מיסיע וואס די דעמעקראטן האבן אצינד איז בלויז ענדגילטיג פטור צו ווערן פון פרעזידענט טראמפ. דאס אויסטערלישער האס וואס זיי האבן צום פרעזעידענט איז פרעצעדענטלאז. אבער זייער סטראטעטיגיע צו דערגרייכן זייער ציל איז גענצליך ווירקלאז, און עס העלפט גאר פאר די רעפובליקאנער צו דערגרייכן זייער ציל, צוריק צו דעראבערן קאנטראל אויפן רעפרעזאנטען הויז וועלכע זיי האבן אנגעווארן אינעם פארגאנגענעם יאר.

לאמיר צוריק גיין עטליכע יאר.
אין יאר 2007 האט דער ליבעראַלע געזעץ געבער פון אילינוי באראק כאסעין אבאמא געמאלדן זיין קאנידאטור פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. אינעם סאמע גרעסטער ברען פון זיין קאמפיין, האט אבאמא באשלאסן אפצושטאטן א באזוך אין בערלין, און אויפטרעטן מיט א רעדע צום דייטשן פאלק. דאס אמעריקאנער פאלק האט זיך געהויבן די ברעמען מיט וואונדער, וואס וויל דער אבאמא מיט זיין רעדע צום דייטשן פאלק, וויל ער פילייכט ווערן פרעזידענט אין דייטשלאנד אויכעט? נאך זיין סוקסעספולע רעדע איז זיין מאטיוו קלאר געווארן, אבאמא האט אדרעסירט דעם דייטשען סאציאליסטישען פאלק און זיי געזאגט: ברודער, איך גיי טוישן אמעריקע, איך גיי בייגן אמעריקע מער לינקס, איך גיי אויפלעזן קאפיטאליזם און אריין ברענגן סאציאליזם, איך גיי טוישן אמעריקע האט אבמא הייס פארשפראכן אין זיין דעמאגאגישע רעדע פאר א מיליאן דייטשע צוהערער. די דייטשע סאציאליסטן האבן הילכיג אַפּלאָדירט אבאמא נאך זיין דעמאגאגישע רעדע.

דאס אמעריקאנער פאלק האט טאקע געגעבן פאר א אבאמא א געלעגנהייט. דער אמעריקאנער פאלק האט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע אריינגעוועלט א פרעזידענט מיט לינקע סאציאליסטישע אנטשואונגען. זאגאר ס'האט נישט גענומען לאנג און דער אמעריקאנער פאלק האט זיך געכאפט ביים קאפ אז זיי האבן געמאכט א פאטאלען פעלער מיטן אריינוועלן דעם סאציאליסט אין אמט. דאס פאלק האט זיך קוים געקענט דערווארטן אז זיין טערמין זאל שוין ענדליך קומען צו אן ענדע. דאס פאלק איז געווען אזוי ביטער אנטוישט פון פרעזידענט אבאמא, און פון זיין סאציאליסטישע טעטיקייטן, אזש זיי האבן אין א פרעצעדענטלאזער שריט אויסגעקליבן דעם משוגענעם קאנסערוואטיווער טראפ אלס זיין נאכפאלגער. א זאך וואס איז קיינעם קיינמאל נישט געקומען אויף די געדאנקן. ס'איז נישט פארהאן קיין גאנצע פופציג רעפובליקאנער וואס האלטן אז דער פרעזידענט איז אינגאנצן ביים גלייכען זינען. נאר וואסזשע דען? ער מאכט א גוטער ארבייט און שרעקט זיך נישט פאר די ליבעראַלן און פון די לינקע מידיא. ער טוט וואס ער האט צו טאן און גארנישט קען אים נישט אפשטעלן, די אלע פארפאלגונגען פון די אומצאליגע אויספארש-קאמיטעטן פונעם רעפרעזאנטן הויז האבן נישט די מינדעסטע ווירקונג אויף אים, ער פירט אויס זיינע אגענדעס מיט א שטארקייט, א זאך וואס קיין שום נארמאלער מענטש וואלט נישט געקענט באווייזן. און דאס איז אקוראט וואס דער פאלק וויל.

ווען די ליבעראַלן זאלן ווען מער רעדן פון זייער ארגינעלע גרונד-פרינציפען, און זיך מער קאנצעטרירן אויף לעגיסלאטיווע ארבייט אינעם רעפרעזאנטן הויז, וואלטן ווען זיי פילייכט געהאט גאר שטארקע שאנסן ארויסצושטויסן דעם וואנזיניגן טראמפ פון אמט. אבער צום גרויס וואונדער טוען זיי דאס נישט.

די ליבעראַלן זענען בלויז פארנומען מיט אומסוקסעספולע קאנסטראקטיווע טעטיקייטן, ליידענדיג איין נידערלאגע נאך די אנדערע. דער עקזעקוטיווער פליגל קאאפארירט אינגאנצן נישט מיט זייערע פולצאליגע אויספארשונגען און איגנאאירן גענצליך זייערע פארלאנגען. זיי קענען גארנישט זאכליך טאן אויסער ברעטשענען אויף זייער קאנטראלירטע מידיא. אין די הונדרעט טעג וואס זיי באזיצן שוין דעם רעפרעזאנטן הויז האבן זיי נאכנישט דורכגעפירט קיין שום זאכליכע לעגיסלאטיווע ווערק.

די אלט-באזעצענע נארמאלע ליבעראַלן זענען אייגנטליך גאר שטארק באוויסטזיניג איבער די סיטואציע, אבער צו זייער גרויס-ווייטאג קענען זיי גאר נישט זאכליך טאן. נעמליך, די דעמעקראטישע פארטיי איז גענצליך פארכאפט געווארן דורך קורצזיכטיגע פעלערהאפטיגע אנטיסמיטישע סאציאליסטישע מיידעלך, אין שפיץ פון די דריי סטוזשיס אלעקסאנדריע קאָרטעז, אילהאַן אָמאַר, און ראַשיד טאליב. איינע מער וואנזיניג ווי די צווייטע. זיי זענען אינגאנצן נישטא פארן וואוילזיין פונעם לאנד און פונעם פאלק. זיי זענען אינגאנצן נישט אינטערסירט אין קיין לעגיסלאטיווע ארבייט. זיי זענען בלויז דא צו ראטעווען דעם פלאנעט פון אונטערגאנג, פרעדיגן סאציאליזם און אנטיסמיטיזם, און אומפוטשן פרעזידענט טראפ. ווייל בלויז די דאזיגע העסליכע אין נארישע רעטאריק ברענגט זיי א גרויסע נאכפאלגארשאפט אויף זייער סאציאלע מידיא נעצן. די נאכאנאנדע געשרייען פון די דעמעקראטישע פירער, אז לעגיסלאטיווע ארבייט איז פול מער פראדאקטיוו פאר די פארטיי ווי א נאכפאלגארשאפט אויף סאציאלע מידיא נעצן פאלן אויף טויבע אויערן.

אין קורצן: די נאכאנאנדע אטאקעס אויף פרעזידענט טראמפ, אפגעזען צו ס'איז יא אמת אדער נישט, אינטערעסירט נישט פאר קיינעם. ווען דאס אמעריקאנער פאלק האט אים אריינגעוועלט אין אמט, האבן זיי זייער גוט געוויסט אז דער טראמפ איז דער קאָנטראָווערסיאַלסטער פיגור פונעם גאנצן פלאנעט, און טאקע וועגן דעם האט אים דאס פאלק אריינגעוועלט אלס פרעזידענט. און מיטן פרעדיגען סאציאליזם שיסן זיך די דעמעקראטן זעלבסט אין די פוס, ווייל דער הויפט אורזאך פארוואס דאס פאלק האט אריינגעוועלט דעם וואנזיניגן טראפ אין אמט, איז געווען בלויז אפצושלאגן סאציאליזם...

ס'איז ממש קאמיש צו זען ווי די הויפט ליבעראַלישע אגענדע וועט פירן די רעפובליקאנער צו א זיג אין 2020 למספ'...[/justify]
רעאגיר