די זאליס האבן געהאט א שווערע נאכט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

די זאליס האבן געהאט א שווערע נאכט

הודעהדורך רימון » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:19 am

די סאטמארער קעניגרייך האט געהאט א שווערע נאכט נעכטן דאנערשטאג נאך דעם דורכגעפאלענעם כינוס טהרת הקודש,וואס האט זיך געשלאסן ווי א כינוס וואס האט נישט געטראגן קיין שום כאראקטער אדער ציל.

די צעפארנקייט ביים אויבן אן, די האלב ליידיגע זאל, די שוידערליכע מייק סיסטעם און דער באטראפצטע פראגראם וואס איז געווען לאנגווייליגער ווי דער צווייטער האלב קינות אום תשעה באב, האט געשריגן אומקאמפענטענץ, דיסאריענטאציע און שלימזלות אויפ'ן העכסטן גראד און האט אלעמען זיך געמאכט וואונדערן וואספארא בייזער רוח איז אריין אין יצחק שטערנס קאפ און וואס איז בכלל געווען זיין הוה אמינא?

פון א כינוס וואס מ'האט גערעדט אז רבי יעקב מאיר שעכטער גייט זאגאר קומען צו פארן און א צוזאמקום וואס האט געהאט דעם שאנס אז א טייל פון דער אמעריקאנער ליטווישער וועלט גייט זיך פאראייניגן מיט סאטמאר (וואו איז געווען ר' מלכיאל קאטלער? ער האט דאך אונטערגעשריבן א בריוו), איז געבליבן אן אויסגעשפילטע מעמד אן קיין טעם אדער גראם.

אז מ'טראכט צוריק וואונדערט מען זיך לאן הגענו מיט דעם אויערבאך שדים טאנץ, ווען די אריגינעלע איידיע אז סאטמאר זאל אדאפטירן די בני תורה אונטער זייערע פליגלען איז בכלל נישט געווען קיין שלעכטער און קאדוס פאר יצחק שטערן פאר'ן דורכזען די גאלדענע געלעגנהייט וואס שטייט ביים טיר, ווי סאטמאר איז דער געווינער, סאטמאר פארברייטערט איר איינפלוס און אנעקסירט גאנצע חלקים פון כלל ישראל וואס הויבן אויף א ווייסע פאן און זאגן סאטמאר איז גערעכט, סאטמאר איז דער גרויסער גאטפאטער און אפטרופוס פון דער ליטווישער תורה, ועל כולם אז מלכות הזאלי איז דער ריכטיגער סאטמאר.

די שווארצע לאך איז אבער געווען אין עקסעקיוציע, וואס ברענגט צו דער פשוטער מסקנא אז אפילו פאר'ן געניאלסטן ציל דארף מען האבן א גוטע אויספיר פלאן אז נישט וועט עס בלויז צוריקשפייען אין פנים און טאקע מיט ארבעים סאה.

6 נקודות למחשבה וואס איך האב ארויסגענומען פונעם נעכטיגן נאכט:


קלארע מעסעדזשינג

ווילסט געלט מאך א שנאר קאמפיין -- א כינוס אדער א דעמאנסטראציע איז קיין שנאר מיטל. א כינוס קאסט געלט און דארפסט טיילן טיקעטס פאר קאסט פרייז אז דער עולם זאל בכלל קומען. פארוואס מישסטו די יוצרות און דו נוצט א דעמאנסטראציע ווען דו ווילסט בסך הכל אויפטרייבן געלט. דו צעמישסט דעם עולם און בלייבסט אן געלט און אן פלייש.


די צייט איז א שליסל

דערמאנט מיר פון די זוסמאן שפיל אום חנוכה ביינאכט ווען יעדער האט א פארטי און האט זיך געענדיגט מיט א מיליאן דאלאר שאדן. מאכן סיי וועלכער מעמד אין אן ערב פסח איז נאריש. דער עולם איז אזוי נישט דערביי אז ניטאמאל האבן די ארונים געהאט די צייט ארויסצונעמען די מאקסימום הנאה פון דעם ביטערן כינוס טאבלעט (כ'בין נייגעריג צי אברהם מרדכי שווארץ וועט יא אנפילן זיין כינוס).


האב אויערן

גענוג מענטשן האבן געזאגט פאר יצחק שטערן אז ער גייט אין וואנט אריין. ער האט אבער געוואוסט אז ער איז קלוגער. יצחק שטערן איז זיכער א מאכטפולער פערזאן, לית מאן דפליג. ער איז אבער נישט גאט. ווי געראטן א מענטש איז טאר ער נישט פארלירן די אויערן.


בעביסיט דיין עולם

א פראגראם מוז זיין. קענסט מאכן א שווארצע פראגראם ווי גרייז גרויע רבנים וויינען אויף אן אומעקזיסטירנדע שונא, קענסט נוצן פעיר מאנגערינג פאר דיין פראגראם, קענסט ברענגען שירה אדער המזמרים און פאר א לעצטע מיטל לאנגזאם און פעלדמאן. אנפילן אין זאל און גארנישט טון מיט'ן ציבור איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער.


אומרעאליסטישע דערווארטונגען
ארטער אש פארמאגט לויט וויקיפעדיע 23,771 זיצן ווערסוס בארקלעיס וואס פארמאגט צווישן פופצן-זיבעצן טויזנט זיצן (געוואנדן לויט'ן שפיל). דאס איז נאך זיבן טויזנט זיצן (!). די זאליס האבן טאקע דורכגעשוויצט בארקלעיס און אנגעפילט דעם זאל, אבער מיט ניסים און טאקע בלויז ווייל ס'איז געווען א שעת חירום, ר' אהרן טייטלבוים האט גערעדט דערקעגן איז געווארן א מצוה צו גיין, ס'האט געהאט דעם פראטעסט קארטל און נישט קיין כינוס חיזוק פאר אויערבאך און ס'איז געווען אן ערשטע מאל וואס סאטמאר גייט אין א סטאדיום אויף דער אייגענער האנט און אלע זענען געקומען צו לויפן פון די לעכער. און מ'האט קוים סורווייווד. פארוואס נעמסטו זיך אונטער אזעלכע אומרעאליסטישע ציפערן וואס דו ווייסט אז דו האסט נישט די באזע דערפאר אפילו ווען אלעס וואלט יא געקלאפט?


באגראב נישט דיין אימעדזש

מיט'ן נעמען אזא מאנסטערישע סטאדיום ביזטו דערנאך געצווינגען צו פארדעקן א האלבן זאל מיט שווארצע טישטעכער. (ווי האט איינער געזאגט, אונטער'ן ליילעך זענען געווען באהאלטן די אומוואקסינירטע...) אבער דאס איז אזא נארישע איידיע ווייל מיט דעם שרייבסטו אונטער דיין טויט אורשיין און וועסט קיינמאל נישט קענען ארויסנעמען א בכבוד'יגע אימעדזש פון דעם מעמד אפילו יעדע איינציגסטע זיץ וואלט געווען אנגעפילט,ווען דער טרויעריגער פאקט אז א האלבע זאל איז שווארץ פראסקעט דיר אין פנים.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מ'זאל האבן מיט דעם אפגעקומען אלע צער און בזיונות, יצחק שטערן זאל באקומען זיין לעקציע אז מ'קען נישט קטנ'ען אויפ'ן ציבור און נאך הייסן דעם ציבור זינגען אז עכט רעגנט ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:13 am

ומלאך רע בע"כ יענה... יעדעס ווארט אמת.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1957
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1190 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:26 am

פון מיין פערספעקטיוו איז דער מאנסטיפעציע נישט געווען אזא סוקסעס צוליב דעם וואס דער סאטמארער געמיינדע (אפילו די רבי זלמן פראקציע) נעמען נישט צו ערענסט די געוועזענע קוקניקעס די אויערבאכעס. אין אנדערע ווערטער, אויב דער ציל פון די שטערן-מאנסטיפעציע וואלט ווען געווען מער א ערענסטערע, וואלט ווען די מאנסטיפעציע פילייכט יא געקרוינט געווארן מיט א סוקסעס.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:39 pm

ועל כולם ווי קימט דא אריין א כינוס איך האב געזעהן די מודעות אין די גאסן מיין מוח האט עס ניטאמאל אויפגעכאפט יעדע וואך א צווייטע כינוס
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1435
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 762 מאל

הודעהדורך יואלי וואלפסאן » פרייטאג אפריל 12, 2019 2:13 pm

נומבער 5 איז נישט ריכטיג. זיי האבן נישט געפלאנט אנפילן דעם זאל, ס'נישט געווען עפעס אנדערש צו באקומען. זיי האבן געוואלט עפעס די סייז פון בארקלעיס.
וואס אייזיק ספינקער האט געטון איז געווען די הויעכפונקט פונעם נאכט. עפעס אינטערעסאנט כאטש דעליווערט
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 12, 2019 3:10 pm

יואלי וואלפסאן: וואס האט ער געטון...?! ער האט געברעטשעט און גערעדט ..."בקול בוכים"... אז מ'מוז שוין פארשאפן די 12 מעלאנעס. ווייל די ציונים ימ"ש, שר"י עפ"ל שטייען שוין ביי די שוועל און זיי וויללן אריינשליידערן אין זייער טמא'נע מיליטער א יעדן ערליכן בחור און יונגערמאן. ספעציעל נאכדעים וואס די סיטרא אחרא האט ציך ליידער גובר געווען און דער טמא'נער יונג און טיפש! בנימן נתן יהוא שר"י האט ..."געוואונען"... די בחירות הטמאות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא !
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12973
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8282 מאל

הודעהדורך יואלי וואלפסאן » פרייטאג אפריל 12, 2019 3:37 pm

,ר' בערל ליינט דא

viewtopic.php?p=428409#p428409
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:56 am

טרער אויפן פרישע קבר פון 'יצחק שטערן'

דער פנים פלאמט נאך פאר בושה!! איך קען ניטאמאל ארויסגיין אין די גאס!! איך שעם זיך ווען איך בין זיך מתבונן לאן הגיענו!!

איין טרייסט וויל איך אבער ארויסנעמען פונעם נעכטיגן דורכפאל, אז סאטמאר איז ברוך השם פטור געווארן פון דעם שחצן און מחרחר ריב הידוע לשמצה יצחק שטערן.

ווער ס'קען כ''ק מרן רבינו שליט''א, האט נעכטן נאכט ביים כינוס געזעהן ווי רבינו שליט''א שרייבט דעם גט פטורין פאר דעם מטורף יצחק שטערן. רבינו שליט''א האט געזעהן ווי דער כינוס איז דער גרעסטער דורכפאל זייט ער האט אנגעהויבן פירן אונזער קהילה פאר צוואנציג יאר צוריק. רבינו שליט''א ווייסט אז מ'האט אראפ געשלעפט גרויסע ראשי ישיבות צו א ליידיגע סטאדיום אן קיין שום חשבון. רבינו שליט''א ווייסט אז די ליטווישע ישיבות וועלן נעקסטע וואך רופן פאר די צוועלעף מיליאן דאלאר, און ס'איז נישט דא ווער ס'זאל נעמען זייער קאלל.

די פראבלעם וואס אונזער קהילה האט, איז אז רבינו שליט''א איז בטבע א שוואכע כאראקטער, וואס האט זיך נישט ליב צו קריגן מיט קיינעם, און דעריבער גיבט ער איבער אסאך פון די החלטות אין הנהגה פאר אנדערע מענטשן און עסקנים, און ליידער האט ער צופיל טראסט אין זיי.

יצחק שטערן האט דאס זייער שנעל תופס געווען אין די בראשית יארן, און ער האט אנגעהויבן רייטן אויף די שוואכקייטן פון רבינו שליט''א. אזוי צוביסלעך האט ער זיך עררייכט צו אונטער דריקן אונזער גאנצע ציבור מיט פרישע משוגעתן יעדן טאג. מיר האלטן ממש ביי מצב פון אין לך יום שאין קללתו מרובה.

ווער רעדט נאך אז זייט די גרויסע מעמד וואס איז פארגעקומען אין בארקלעיס, וואס איז געווען א אויסנאם סוקסעס, איז דער שחצן יצחק שטערן געווארן צען מאל אזוי רשעות'דיג, ווייל די נערישקייט איז געלונגען, און יעצט איז ער דאך א איש מוצלח אויך.

למעשה נעכטן האט זיך אויסגעשטעלט אז דער יצחק שטערן איז סתם א מטורף וואס הערט זיך נישט צו צו קיינעם. מ'האט אים געבעטן אז ער זאל דאס נישט מאכן פאר פסח, אבער ער פארשטייט בעסער. מ'האט אים געבעטן אז ער זאל דאס נישט מאכן פאר א געלט אקציע, אבער ער פארשטייט בעסער. מ'האט אים געבעטן אז ער זאל נישט נעמען א סטאדיום מיט 24 טויזענט זיצן, אבער ער פארשטייט בעסער. כהנה וכהנה האט מען זיך געקריגט מיט יצחק שטערן, אבער ער איז געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט אריין מיט א זעלטענע קאנפידענץ.

ויהי ממחרת, און דער ציבור שרייט אז מיר ווילן מער נישט זעהן דעם סיקריק און מטורף יצחק שטערן פאר די אויגן. דער ציבור שרייט פאר יצחק שטערן הער אויף טעראריזירן דעם ציבור יעדן טאג מיט א נייע גזירה. דער ציבור וויל אים מער נישט זעהן איבער טרעטן דעם שוועל פון בית מרן רבינו שליט''א. דער רשע און אכזר זאל אויפהערן שפילן פאליטיק מיט די גאנצע וועלט, אויפן חשבון פון די שוואכקייטן פון רבינו שליט''א.

איך וויל נאר דא מאכן א קליינעם סך הכל אין וואס פארא טינופת דער יצחק שטערן האט אונז שוין אריין געשלעפט, און געברענגט פאר אונזער קהילה ביזי בזיונות.

1) יצחק שטערן האט אויסגעשטעלט אז מיר מוזן זיין צוקריגט מיט יעדע איד וואס האט געקויפט א דירה אין גלובניץ בית שמש. מיר מוזן נאך שרייען יעדע רב וואס איז מתיר צו וואוינען אין יענע דירות. מיר זענען פלוצלינג געווארן די פוסקים צו ס'איז דא ביינער אדער נישט. ר' לייבוש לייזער שליט''א שטעלט זיך אויף מלא קומתו פאר הרה''ח ר' אברהם סלאנים, און מיר אין וויליאמסבורג שרייען אים נאך כאחד הריקים. אונז פארקויפט מען אז ר' לייבוש שטייט אונטער די גאנצע בית שמש מערכה, אבער ער איז פונקט געווען אין ארץ ישראל אין די צייט פונעם פראטעסט, און ער איז נישט געקומען צום פראטעסט.

2) יצחק שטערן האט ארויסגעשיקט זיינע חיות ווארפן פאשקעווילן אויף ראב''ד ר' משה שטערנבוך שליט''א מיט די מיאוסע לשונות ווי שר''י. דערנאך האט ער געשריגן אז דאס האט נישט מיט אים. יעדע האט אבער געוויסט אז ס'איז מעשי ידיו, נאך דערצו ווען ער האט נישט געלאזט רבינו שליט''א אויפנעמען דעם ראב''ד, וואס עד היום הזה פארשטייט דאס קיינער נישט. דאס איז געווען ביזי בזיונות פאר יעדע מעמבער אין אונזער קהילה. אזאנס איז נאך קיינמאל נישט געווען אז א סאטמארער רבי זאל זיך אפיציעל צו קריגן מיט די ראש בית דין פון די עדה החרדית.

3) יעדע סאטמארע חסיד ווייסט אז רבינו הקדוש זי''ע האט נישט פארטראגן די נטורי קרתא. ער האט געהאלטן אז זיי מאכן חרוב זיין מערכה קעגן די ציונים, און ער האט זיי געהאַסט אויף א שרעקליכע אופן. אבער יצחק שטערן האט אויסגעשטעלט אונזער גאנצע קהילה ווי די פארטרעטערס פון די צעווילדעוועטע משוגעים/סיקריקים אין ירושלים. יעדעס מאל מ'פארברענט א מיסט קאסטן אין כיכר השבת, מוז יעדער מעמבער פון אונזער קהילה גיין מיט אן אראפ געלאזטע נאז.

4) מיר אלע האבן געוויסט דורכאויס די יארן, אז די רעכטע קהילות אין ירושלים זענען אלע קהילות וואס זענען אונטער די עדה החרדית. אונזער תפקיד איז געווען צו העלפן די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט דורך קרן הצלה. פלוצלינג דערזעה מיר זיך ווי יצחק שטערן מיט די סיקריקים פירן א מערכה מיט דושינסקי און תולדות אהרן, און מיר סאטמארע חסידים אין וויליאמסבורג מוזן נאך טאנצן דעם משוגעת און זיין צוקריגט מיט די קהילות, ווייל זיי רעספעקטירן נישט אפאר חיות טורפות אין ירושלים. און דאס גייט נאך ווייטער, מיר האבן קוים אנגעהויבן לאכן פון תולדות אהרן, און יעצט ביים כינוס דרייט מען שוין צוריק דעם וואגן מיט א פלאם פייערדיגע בריוו פון כ''ק מרן אדמו''ר מ'תולדות אהרן שליט''א. אונזער ציבור ווייסט נישט ווען ער איז אסור לבוא בקהל, און ווען ער איז מותר לבוא בקהל.

5) כינוס כלל ישראל איז נאך א מעמד וואס ברענגט מיר ארויף קאשמארן. יצחק שטערן האט מחליט געווען אז כדאי צו פיקסן דעם עלטערן ברודער פון רבינו שליט''א, מוז מיר אלע גיין צו א כינוס וואס האט מיט אונז נישט קיין שום שייכות. מ'האט דארט גערעדט ענגליש צו א ציבור מיט בלויע העמדער. קיין איין סאטמארע חסיד האט זיך דארט נישט געשפירט באקוועם. אונזערע דיינים האבן נישט באקומען א געלעגענהייט צו רעדן, און ניטאמאל קבלת עול מלכות שמים האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן פון א היימישע רב אדער דיין. אבער מיר אלע האבן געמוזט נאך טאנצן דעם משוגעת פון יצחק שטערן.

6) ילדי צרפת איז נאך א נושא וואס מאכט יעדע איד פון אונזערע קהילה איינזונקן פאר בושה. מ'האט אנגעדרייט רבינו שליט''א אז מ'ברויך פארן קיין פראנקרייך ראטעווען די אידישע קהילה. מ'האט אונז פארקויפט אז ס'איז דא צענדליגער טויזענטער אידן וואס קוקן ארויס אויף אונזער הילף, אבער למעשה זענען געווען קנאפע 200 אידן ביים קבלת פנים און אויך לשם מצוה. מיר זענען געפארן מיט שטאָלץ, און אהיים געקומען מיט ביזי בזיונות. ס'איז נישט געווען קיין איין צרפתיש איד וואס האט פארשטאנען פארוואס מיר זענען דארט!! זיי האבן געמיינט אז רבינו שליט''א איז עפעס א קרעטשניפער רבי וואס קומט נאך געלט. אבער יצחק שטערן האט נישט נאך געלאזט, ער האט נאך ארום געטראגן רבינו שליט''א נאך געלט צו אלע מאדערענע נגידים, און עד היום הזה פארשטייט נאך קיינער נישט וואס די באדייט דערפון איז געווען. איך שעם זיך נאר, ווען איך דערמאן זיך אז מיר האבן געברויכט מסביר זיין פאר מענטשן אז רבינו הקדוש זי''ע האט אויך געגעבן געלט פאר חינוך עצמאי עפ''ל.

7) ואחרון הכביד די אויערבאך פרשה. איך ווייס נישט און פארשטיי נישט פונקטליך וואס מ'וויל פון אונז. צוויי ליטווישע פראקציעס האבן זיך צוקריגט איבער בענקלעך אין כנסת המינים, און מיר סאטמארע חסידים ברויכן באצאלן 12 מיליאן דאלאר? דער יצחק שטערן איז שוין אינגאנצן אראפ פון זינען, און ער האט געמיינט אז די ציבור איז מיט אים, און ער קען שוין טוהן מיט אונז וואס ער וויל.

למעשה האט אים דער ציבור נעכטן נאכט געגעבן א טויט קלאפ פון וואס ער וועט האפענטליך נישט קענען רעקאווערן. היינט איז אויך געקומען די גוטע נייעס פון בית רבינו שליט''א, אז די רבי האט נעכטן נאכט פארפירט אין שטוב מיט קולי קולות. ער האט געשריגן אז ער וויל מער נישט קענען דעם רשע יצחק שטערן.

איך האף אז דאס איז די לעצטע מאל וואס מיר וועלן רעדן פון אים. זאל ער זיין א גוטע בעטער, און אונז אלע לאזן לעבן!!
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:02 am

א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים נעכטיגן כינוס וועלכע האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.

עס איז געשעהן ווען אינעם סטאדיום איז ערשינען דער אביהן וליבן של ישראל, דער שר צבא השם, דער הייליגער בעל בכי תרתי משמע, הרה"ק מהרי"א מספינקא שליט"א

ר' אייזיק ברוב קדושתו וענותנותו האט געשריגן אז אין אזא מצב חירום וויל ער נישט די גאנצע רביסטעווע נאר על וויל עומד ומשמש זיין ר' יהושע ראזענבערגער ווייל ער איז עומד בפרץ דארט אין ארצינו הקדושה.

פאר שפיצער האט אנגעכאפט א קדחת, אויב ר' אייזיקל ווערט א גבאי איז ער דאך נאר דעם גבאי'נס גבאי, און פאר אזא אונטער שמשות האט ער נישט אויפגעסיינט, אבער ער שטייט הילפלאז קעגן זיין רבי וואס רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון אונטער דעם גאב"ד קרית הרמ"א והגלילות.

דער וויענער רב ברוב חכמתו זעענדיג ווי די גאנצע כבוד הקדושה והחסידות פאלט דא צוזאם פארנט פון זיינע אויגן, האט ארויסגעצויגן א גאר קלוגע טאקטיק פון זיין באקאנטן שופלאד, ער האט זיך דרייסטערהייט אויפגעשטעלט און מיט זיין וועלט בארימטן שטארקע שטימע געזאגט פאר שפיצער'ן צו איבערגעבן פארן ברעטשעדיגן קדוש אז ער איז גערעכט און אין אזא שעת שמד ברויך מען טאקע דראפען די רבנות און משמש זיין די אמת'ע צדיקי הדור, אבער די מנהג ביי כלל ישראל מקדמת דנא נאך פונדערהיים אין סיטי פיעלד איז אז ביי סטאדיום אווענטן זיצן די גבאים ומשמשים אויף פראמינענטע מקומות און שטייען נישט הינטערן רבי'ן ווי אין די ארמארי מיט וואס הגה"ק האט לעצטנס אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען.

דער וויענע רב האט ממשיך געווען אז ער אליינס איז אויך דא אלטס גבאי פון ר' משה זאב זארגער נאר ער מוז לויפן זיך וואקסינירן פאר מיזלס ממילא קען ר' אייזיקל זיצן אויף זיין ארט טאקע אלטס גבאי.

ר אייזיק האט אנגענומען די דברי כיבושין און מיט א געבויגן קאפ און א מערקוועדיגע ענוות חן דקדושה זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל.

כלל ישראל וועלכע האט נאכגעפאלגט די סיטואציע מיט אנגסט האט ארויסגעלאזט א הילכיגע פארלייכטערונג אטעם אז די כבוד החסידות איז אפגעראטעוועט געווארן. ווי פארשער גיבן איבער האט דער אטעם פון פילע נישט וואקסינירטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד פון הינטער די שווארצע ליילעכער ספעציעל אימפארטירט פון עיר הבירה בבל גורם געווען אז די מיזלס זאל זיך פילפאכיג פארשפרייטן אין די גאנצע אומגעגנט פונעם סטאדיום.
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:34 am

הוילע ארוינישע פראפאגאנדע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:39 am

אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים נעכטיגן כינוס וועלכע האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.

עס איז געשעהן ווען אינעם סטאדיום איז ערשינען דער אביהן וליבן של ישראל, דער שר צבא השם, דער הייליגער בעל בכי תרתי משמע, הרה"ק מהרי"א מספינקא שליט"א

ר' אייזיק ברוב קדושתו וענותנותו האט געשריגן אז אין אזא מצב חירום וויל ער נישט די גאנצע רביסטעווע נאר על וויל עומד ומשמש זיין ר' יהושע ראזענבערגער ווייל ער איז עומד בפרץ דארט אין ארצינו הקדושה.

פאר שפיצער האט אנגעכאפט א קדחת, אויב ר' אייזיקל ווערט א גבאי איז ער דאך נאר דעם גבאי'נס גבאי, און פאר אזא אונטער שמשות האט ער נישט אויפגעסיינט, אבער ער שטייט הילפלאז קעגן זיין רבי וואס רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון אונטער דעם גאב"ד קרית הרמ"א והגלילות.

דער וויענער רב ברוב חכמתו זעענדיג ווי די גאנצע כבוד הקדושה והחסידות פאלט דא צוזאם פארנט פון זיינע אויגן, האט ארויסגעצויגן א גאר קלוגע טאקטיק פון זיין באקאנטן שופלאד, ער האט זיך דרייסטערהייט אויפגעשטעלט און מיט זיין וועלט בארימטן שטארקע שטימע געזאגט פאר שפיצער'ן צו איבערגעבן פארן ברעטשעדיגן קדוש אז ער איז גערעכט און אין אזא שעת שמד ברויך מען טאקע דראפען די רבנות און משמש זיין די אמת'ע צדיקי הדור, אבער די מנהג ביי כלל ישראל מקדמת דנא נאך פונדערהיים אין סיטי פיעלד איז אז ביי סטאדיום אווענטן זיצן די גבאים ומשמשים אויף פראמינענטע מקומות און שטייען נישט הינטערן רבי'ן ווי אין די ארמארי מיט וואס הגה"ק האט לעצטנס אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען.

דער וויענע רב האט ממשיך געווען אז ער אליינס איז אויך דא אלטס גבאי פון ר' משה זאב זארגער נאר ער מוז לויפן זיך וואקסינירן פאר מיזלס ממילא קען ר' אייזיקל זיצן אויף זיין ארט טאקע אלטס גבאי.

ר אייזיק האט אנגענומען די דברי כיבושין און מיט א געבויגן קאפ און א מערקוועדיגע ענוות חן דקדושה זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל.

כלל ישראל וועלכע האט נאכגעפאלגט די סיטואציע מיט אנגסט האט ארויסגעלאזט א הילכיגע פארלייכטערונג אטעם אז די כבוד החסידות איז אפגעראטעוועט געווארן. ווי פארשער גיבן איבער האט דער אטעם פון פילע נישט וואקסינירטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד פון הינטער די שווארצע ליילעכער ספעציעל אימפארטירט פון עיר הבירה בבל גורם געווען אז די מיזלס זאל זיך פילפאכיג פארשפרייטן אין די גאנצע אומגעגנט פונעם סטאדיום.


זאג נאר, דו שעמסט זיך נישט? נעמסט מיינס א תגובה פון א דערנעבענדיגע אשכול און אזוי שמירנישדיר גיבסטו עס אזא וויש ארויף דא אן אפילו שרייבן ק/פ.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך חיים'ס ישיבה » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:31 am

סאטמאר-min.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חיים'ס ישיבה אום דינסטאג אפריל 16, 2019 10:43 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך חיים'ס ישיבה » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:33 am

א איד זאגט מיר א גוט ווארט: אז זייט קנאות איז געווארן א ספארט גייט מען אין סטעידים
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:23 am

איך מיין אז די נעקסטע מאל וואס מען מאכט א קנאותדיגע כינוס אין סטעדיום זאל מען ברענגן שלום לעממער ער זאל זינגען ה' הוא מלכנו...
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך נאך א מיינונג » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:33 pm

פון יעצט דינט ער אין א נייעם אמט, יצחק שטערן'ס דזשאב איז צו נעמן אחריות פאר אלע פעלערס פון דער זאלי פארטיי. טאמער מען זעט זיך אין א פלאנטער און עס איז נישט דא קיין תירוץ צו קיין יונגעלייט וואס וועלן שרייבן קונטרסים להצדיק את הצדיק דמעיקרא, קען מען אייביג באשולדיגן איינער מיט די נאמען שטערן, און אזוי איז שוין אלס גוט, מען קען זיך ווייטער פאטשן אין בויך און זאגן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, והכל על מקומו יבא בשלום.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט