די זאליס האבן געהאט א שווערע נאכט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

די זאליס האבן געהאט א שווערע נאכט

שליחה דורך רימון »

די סאטמארער קעניגרייך האט געהאט א שווערע נאכט נעכטן דאנערשטאג נאך דעם דורכגעפאלענעם כינוס טהרת הקודש,וואס האט זיך געשלאסן ווי א כינוס וואס האט נישט געטראגן קיין שום כאראקטער אדער ציל.

די צעפארנקייט ביים אויבן אן, די האלב ליידיגע זאל, די שוידערליכע מייק סיסטעם און דער באטראפצטע פראגראם וואס איז געווען לאנגווייליגער ווי דער צווייטער האלב קינות אום תשעה באב, האט געשריגן אומקאמפענטענץ, דיסאריענטאציע און שלימזלות אויפ'ן העכסטן גראד און האט אלעמען זיך געמאכט וואונדערן וואספארא בייזער רוח איז אריין אין יצחק שטערנס קאפ און וואס איז בכלל געווען זיין הוה אמינא?

פון א כינוס וואס מ'האט גערעדט אז רבי יעקב מאיר שעכטער גייט זאגאר קומען צו פארן און א צוזאמקום וואס האט געהאט דעם שאנס אז א טייל פון דער אמעריקאנער ליטווישער וועלט גייט זיך פאראייניגן מיט סאטמאר (וואו איז געווען ר' מלכיאל קאטלער? ער האט דאך אונטערגעשריבן א בריוו), איז געבליבן אן אויסגעשפילטע מעמד אן קיין טעם אדער גראם.

אז מ'טראכט צוריק וואונדערט מען זיך לאן הגענו מיט דעם אויערבאך שדים טאנץ, ווען די אריגינעלע איידיע אז סאטמאר זאל אדאפטירן די בני תורה אונטער זייערע פליגלען איז בכלל נישט געווען קיין שלעכטער און קאדוס פאר יצחק שטערן פאר'ן דורכזען די גאלדענע געלעגנהייט וואס שטייט ביים טיר, ווי סאטמאר איז דער געווינער, סאטמאר פארברייטערט איר איינפלוס און אנעקסירט גאנצע חלקים פון כלל ישראל וואס הויבן אויף א ווייסע פאן און זאגן סאטמאר איז גערעכט, סאטמאר איז דער גרויסער גאטפאטער און אפטרופוס פון דער ליטווישער תורה, ועל כולם אז מלכות הזאלי איז דער ריכטיגער סאטמאר.

די שווארצע לאך איז אבער געווען אין עקסעקיוציע, וואס ברענגט צו דער פשוטער מסקנא אז אפילו פאר'ן געניאלסטן ציל דארף מען האבן א גוטע אויספיר פלאן אז נישט וועט עס בלויז צוריקשפייען אין פנים און טאקע מיט ארבעים סאה.

6 נקודות למחשבה וואס איך האב ארויסגענומען פונעם נעכטיגן נאכט:


קלארע מעסעדזשינג

ווילסט געלט מאך א שנאר קאמפיין -- א כינוס אדער א דעמאנסטראציע איז קיין שנאר מיטל. א כינוס קאסט געלט און דארפסט טיילן טיקעטס פאר קאסט פרייז אז דער עולם זאל בכלל קומען. פארוואס מישסטו די יוצרות און דו נוצט א דעמאנסטראציע ווען דו ווילסט בסך הכל אויפטרייבן געלט. דו צעמישסט דעם עולם און בלייבסט אן געלט און אן פלייש.


די צייט איז א שליסל

דערמאנט מיר פון די זוסמאן שפיל אום חנוכה ביינאכט ווען יעדער האט א פארטי און האט זיך געענדיגט מיט א מיליאן דאלאר שאדן. מאכן סיי וועלכער מעמד אין אן ערב פסח איז נאריש. דער עולם איז אזוי נישט דערביי אז ניטאמאל האבן די ארונים געהאט די צייט ארויסצונעמען די מאקסימום הנאה פון דעם ביטערן כינוס טאבלעט (כ'בין נייגעריג צי אברהם מרדכי שווארץ וועט יא אנפילן זיין כינוס).


האב אויערן

גענוג מענטשן האבן געזאגט פאר יצחק שטערן אז ער גייט אין וואנט אריין. ער האט אבער געוואוסט אז ער איז קלוגער. יצחק שטערן איז זיכער א מאכטפולער פערזאן, לית מאן דפליג. ער איז אבער נישט גאט. ווי געראטן א מענטש איז טאר ער נישט פארלירן די אויערן.


בעביסיט דיין עולם

א פראגראם מוז זיין. קענסט מאכן א שווארצע פראגראם ווי גרייז גרויע רבנים וויינען אויף אן אומעקזיסטירנדע שונא, קענסט נוצן פעיר מאנגערינג פאר דיין פראגראם, קענסט ברענגען שירה אדער המזמרים און פאר א לעצטע מיטל לאנגזאם און פעלדמאן. אנפילן אין זאל און גארנישט טון מיט'ן ציבור איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער.


אומרעאליסטישע דערווארטונגען
ארטער אש פארמאגט לויט וויקיפעדיע 23,771 זיצן ווערסוס בארקלעיס וואס פארמאגט צווישן פופצן-זיבעצן טויזנט זיצן (געוואנדן לויט'ן שפיל). דאס איז נאך זיבן טויזנט זיצן (!). די זאליס האבן טאקע דורכגעשוויצט בארקלעיס און אנגעפילט דעם זאל, אבער מיט ניסים און טאקע בלויז ווייל ס'איז געווען א שעת חירום, ר' אהרן טייטלבוים האט גערעדט דערקעגן איז געווארן א מצוה צו גיין, ס'האט געהאט דעם פראטעסט קארטל און נישט קיין כינוס חיזוק פאר אויערבאך און ס'איז געווען אן ערשטע מאל וואס סאטמאר גייט אין א סטאדיום אויף דער אייגענער האנט און אלע זענען געקומען צו לויפן פון די לעכער. און מ'האט קוים סורווייווד. פארוואס נעמסטו זיך אונטער אזעלכע אומרעאליסטישע ציפערן וואס דו ווייסט אז דו האסט נישט די באזע דערפאר אפילו ווען אלעס וואלט יא געקלאפט?


באגראב נישט דיין אימעדזש

מיט'ן נעמען אזא מאנסטערישע סטאדיום ביזטו דערנאך געצווינגען צו פארדעקן א האלבן זאל מיט שווארצע טישטעכער. (ווי האט איינער געזאגט, אונטער'ן ליילעך זענען געווען באהאלטן די אומוואקסינירטע...) אבער דאס איז אזא נארישע איידיע ווייל מיט דעם שרייבסטו אונטער דיין טויט אורשיין און וועסט קיינמאל נישט קענען ארויסנעמען א בכבוד'יגע אימעדזש פון דעם מעמד אפילו יעדע איינציגסטע זיץ וואלט געווען אנגעפילט,ווען דער טרויעריגער פאקט אז א האלבע זאל איז שווארץ פראסקעט דיר אין פנים.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מ'זאל האבן מיט דעם אפגעקומען אלע צער און בזיונות, יצחק שטערן זאל באקומען זיין לעקציע אז מ'קען נישט קטנ'ען אויפ'ן ציבור און נאך הייסן דעם ציבור זינגען אז עכט רעגנט ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר