ארגאן דאנאר בילל - פראבלעמאטיש?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ארגאן דאנאר בילל - פראבלעמאטיש?

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:47 am

איך ליין היינט אין די דעילי איד

פראבלעמאטישע "ארגאן דאונער" ביל
אלבאני – א ניו יארקער אסעמבלימאן האט אויפגעברענגט א געזעץ פארשלאג איבער "ארגאן דאונערס", וואס קען זיין פראבלעמאטיש פאר אידישע איינוואוינער. אסעמבלימאן פעט בורק זאגט, אז זיין געזעץ פארשלאג וועט ברענגען אז יעדער ניו יארקער איינוואוינער וועט אויטאמאטיש ווערן רעגיסטרירט אלס "ארגאן דאונער", ווי נאר מען ווערט אכצן יאר, און אויב וויל מען נישט זיין אויף דער ליסטע, וועט מען זיך דארפן עקסטער בעטן. דאס וועט שאפן קאמפליקאציעס, ווייל יעדער איד וועט דארפן אינזין האבן זיך אראפצונעמען פון דער ליסטע.


ס'איז טאקע א חסרון אז יעדע איד וועט דארפען געדענקען איין מאל אין לעבן ווען מ'ווערט אכצען אראפצוגיין פון די ליסט, אבער די מעלה איז אסאך אסאך מער ווייל דאס וועט ברענגען אסאך מער עוועילעבל ארגאנס וואס וועט בענעפיטן אידן אויך.

לוינט זיך נישט די קליינע טירחא צו דארפען געדענקען אראפצוגיין פון די ליסט ווען מ'ווערט 18 כדי צו קענען האבן עוועילעבל אסאך מער ארגענס על כל צרה שלא תבוא??
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 668
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך בלויע רעקל » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:12 am

איז אמת אז ר משה פיינשטיין האט מתיר געווען מנדב צו זיין אברים?
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט