בלאט 1 פון 1

אונטער'ן רשעות

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:12 am
דורך רימון
אונז זעמער אלע עדות צו דער סאדיסטישער צירקוס און בלוט זויגונג וואס קומט פאר ארום די אונטער'ן חבריא פלעי. פלוצלונג איז יעדער מחנך געווארן א גאנצער דעמאגאג מיט טיפע ביאורים איבער דער מערב וועלט קולטור און דער באדייט פון עם ה'. פלוצלונג איז ארי אבראמאוויטש מיט פעלדמאן-לאנגזאם-פוקס געווארן די שפיץ אבן נוגף פון כלל ישראל וואס גייט אונז אלע אראפפירן פון וועג.

אמער, ארי אבראמאוויטש מעג נאר זיין א סטאר אין קראלי ביי די שיבתר טיש, און לאנגזאם פעלדמאן מעגן נאר עקטן ביים רבינ'ס שבע ברכות ווען מ'דארף אנפילן א הויכע פארענטשע. דעמאלט זענען זיי נישט קיין סעלעברעטיס, דעמאלט ברענגען זיי נישט אריין קיין גויאישקייט, דעמאלט פארכישופן זיי נישט דעם יוגנט, אבער ווען אונז פשוטע טאטעס זוכן וואו צו נעמען די קינדער אין אן איידעלע און זיכערע ענווייראמענט חול המועד, אדער ווען אליעזר נייהויז זוכט צו פארדינען א שווער אויסגעהארעוועטע גרינעם דאלאר, דעמאלט איז עס ביהרג ועל יעבור.

די פארשטינקענע פרעכקייט פון פארלאנגען עס "זאל זיין אונטער א מוסד" שרייט היפאקריטסווע ביז צו די הימלען, ווילאנג ס'איז א יחיד וואס פארדינט איז עס חזיר טריפה, די רגע עס איז לפאר ולרומם בית אלוקינו און די דריי סטודזשיס פון סקווירא בארא פארק וועלן לייזן א גראצער אדער כאטש כבוד איז בזקנינו ונערינו נלך.

אליעזר נייהויז' אמת'ע פראבלעם איז איין זאך; ער ליידט נעבעך פון די פארבאטענע סחורה, ער האט זיך איינגעהאנדלט ס'ארגסטע וואס מ'קען נאר פארמאגן ביי אונז. כ'רעדט נישט פון קיין חשיש אדער אומלעגאלע געווער נאר פון: סוקסעס!
ס'איז נישטא נאך אזא שעדליכע קאמאדיטי אין דער היימישער געזעלשאפט ווי ווען איינער איז מצליח מיט אן איניציאטיווע. היינו טעמא דקול מבשר, היינו טעמא דאונטער'ן. סוקסעס ברענגט זעלבסטשטענדיגקייט, סוקסעס באדראעט אוועקצונעמען די מאכט און איינפלוס פון די וואס זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים דערויף. ווילאנג א זאך איז באנעבעכטס און אומסוקסעספול קוקט קיינער נישט דערויף ווען עפעס באקומט מאמענטום איז דאס גאר געפארפול.

אביסל השתלשלות הדברים, ווי מ'הערט פון אונטער די קוליסן:

נאך וואס דער איסור איז ארויסגעקומען איז אליעזר נייהויז געקומען מיט א געבויגענעם קאפ צו א מיטינג פון די מנהלים זאגנדיג אז ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אימער עס פעלט אויס.
ס'איז 2019, די מנהלים האבן נישט געקענט איגנארירן זיין ביטע ווי מ'האט געטון אין די דארק עידזשעס ביי פרשת דער שטערן און זיי האבן זיך געטראפן אין א דילעמע, זיי האבן געמוזט אויפקומען מיט א מהלך וואס טאקע איז זייער פראבלעם און וואס פאר א טוישונגען וועט זיי צופרידנשטעלן. אויך האבן זיי געהאט דרוק פון איין רב, דאס איז הרב אהרן זילבערשטיין, דער צעהלימער דיין, וועלכער האט נאך א לחלוחית פון נארמאלקייט אין זיך און האט געהאקט אויפן טיש, אז ס'מוז זיין א היימיש שפיל חול המועד ווי א בחור'ל פון פערצן יאר וואס איז נישט ממש די שארפסטע קאפ און האלט נישט ביים לערנען זיבצן שעה אין טאג זאל האבן וואו צו גיין שטופן די צייט און אהיימקומען נישט ערגער ווי ביים גיין.

עווענטועל איז מען אויפגעקומען אויף אייניגע תנאים, צופיצן דעם סקריפט, נישט קיין געווער, באמבעס און געוואלדאטן, די מעשה זאל זיין אידישע, גיין אונטער א קהלה, צושטעלן א שפיל בלויז פאר קינדער און מיט השגח, נישט מאכן קיין שום ווידעאס אדער סאשעל מידיע פראפאגאנדע איידער די שפיל. אליעזר נייהויז איז נאכגעקומען אלע תנאים טראץ וואס ס'האט אים געקאסט דמים תרתי משמע (לייביש ליש ארבעט נישט אומזיסט).

אליעזר נייהויז האט פארלאנגט איין תנאי, אז דער איסור זאל אראפגענומען ווערן. די מנהלים האבן צוגעזאגט נאכצוקומען.

דא איז אריינגעקומען די קהלה הקדושה באבוב, דער סמל ודוגמא פון אוהב שלום ורודף שלום און זיי האבן נאך א אידישקייט אישו, אז פאר די ביזנעס פון די קרן חתנים שפיל לוינט זיך בעסער אז די אונטער'ן קינדער שפיל זאל זיין אום דינסטאג און נישט ווי געמאלדן אום מאנטאג, ממילא ווילאנג מ'קומט נישט נאך די תנאי, קען מען נישט מתיר זיין די טריפה'נע פלעי ועדיין האיסור בתוקפו. טראץ די שוידערליכע אומרעכט און די שוועריקייטן פארבינדן מיט רוקן א פלעי נאך וואס מ'האט שוין אנגעהויבן פארקויפן טיקעטס, איז אליעזר נייהויז דאס אויך נאכגעקומען.

יעצט האבן די מנהלים געדארפט אויספירן זייער טייל פון דער הסכם, און צוריקציען פונעם איסור. טייל מנהלים האבן זיך צוגעשטעלט למחצה ולשליש ולרביע און געשריבן פארעווע בריוון אז ס'איז יא אסור אבער נישט אסור אבער יא אסור.

למעשה איז געשען אן ערנסטע ריס צווישן די מנהלים גופא ווען שיכון סקווירא איז געבליבן מיט'ן איסור (ווייל נאר די שפיל ביים הייליגן רבי'ן איז מותר ווייל דער רבי טוט עס אז מ'זאל נישט גיין אין דער פרעמד, חלילה אז א בחור'ל וועט פארבלאנדזשען קיין רחמיסטריווקא און געוואויר ווערן אז אפשר איז דעם רבי'נס עלטערע שוואגער א גרעסערער צדיק מיט ווייניגער שפיכת דמים אויף זיין קאנטע). די מנהלים זענען זייער ברוגז אויף סקווירא ווייל זיי האלטן ס'איז אן אומרעכט און א פארראט מצד די מנהלים נאך וואס דער אנדערער צד האט זיך אזוי שיין צוגעשטעלט.

דערנאך איז דא די אנאנימע בריוון פון "מחנכים" און "הנהלת המוסדות" ווי יעדער ויצדקתך האט געטראפן א פאסיגן שעיר לעזאזל ווי אויסצוגעבן זיין ריינע השפקה הטהורה, און דאס איז אויפ'ן איינגעבויגענעם רוקן פון אליעזר נייהויז.

תם ולא נשלם פרשה הארורה אונטער'ן שפיל