חול המועד האלטן צווישן נישט-אידן.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

חול המועד האלטן צווישן נישט-אידן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער קריסטליכער פייערונג פסחא האט זיך קוים גענדיגט, און דער הערליכער פרילינג איז אין איר פילן פראכט, דער לויטערער קלארער בלויע הימל און די אנגענעמענע שיין פון די הערליכע זון, דערהייבן דאס גייסט און דערפרייען דאס זעל. די אטמוספערע איז גאר א געשמאקע, און דער לייכט קילער ווינטל וואס בלאזט גיבט נאך פול צו צום געשמאק פונעם פרילינג. די ביימער בליען און די בלומען וואקסן, א אנגענעמענער גרינער גרוך פארפילט די נאז לעכער, דער געשמאקער פרילינג אטמוספער דערהייבט אלעמנס געמיט.

דאס אמעריקאנער באפעלקערונג לאזען אין די דאזיגע טעג מאסנווייז ארויס צו גענאסן פונעם הערליכער פרילינג, צו פארברענגן אינעם שויס פונעם געטליכער-נאטור. מערסטייל פון די פאפולערע זומער-פארוויילונגס ערטער זענען נאך פארשלאסן, דעריבער איז דער נאטור דער אויסשליסליכסטער אויסוואל צו גענאסן פונעם געשמאקער פרילינג. זאגאר ווי דערשטוינט און אנטוישט ווערן די נישט-אידישע פרילינג וואקאציאנערן אין די דאזיגע טעג.

ער איז א לאנגער חול המועד, און אידישע קינדער זענען ערשעפט פון די גראנדיעזע פייערונגען פון די ערשטע טעג פסח. דאס געברויך פאר פרישע לופט איז גאר גרויס. דער עולם פאקט זיך איין מצות מיט מאראנצן, אייער מיט קארטאפל, גריווען מיט בארשט, און מ'לאזט זיך ארויס אינאיינעם מיט די פאמיליע צו גענאסן פונעם געשמאקן פרילינג.
די הערליכע ניו יארקער פארקען, די הויכע קעטסקיל-בערג וועלכע זיצן אויף די מערב-ברעגעס פונעם האדסאן טייך, די פרוכטבארע פרוכט פעלדער אין ניו זשערסי, די געשענגעלטע בלויע טייכן פון ניו ענגלאנד, די לאנג-שטרעקיגע אקער-לאזע פאַרם לענדער איבער פענסילוועניע, די זאמדיגע ים ברעגעס פון ראוד איילענד, אלעס ווערט מיטאמאל פארפלייצט מיט אומצאליגע אידישע באזוכער פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס זוכן זיך עטוואס אויסצולופטערן און זיך אויפצופרישן אין די דאזיגע טעג.

דער צוזאמשטויס פון די אידישע חול המועד האלטער און די נישט אידישע פרילינג-וואקאציאנערן, דערגרייכן אין די דאזיגע טעג צו אירע העכסטע שטופעס. די דאזיגע טעג שפילן זיך פילייכט אפ דער גרעסטער יערליכער צוזאמשטויס צווישן דאס אויסדערוועלט פאלק און די אלגעמיינע אמעריקאנער באפעלקערונג.
און אלגעמיין פראבירן מיר אידן אז דער צוזאמשטויס זאל זיין וואס מער פרידליכער, און אז עס זאל דורכגיין אן קיין באדייטענע קאנפראנטאציעס. אבער צום באדויערן מאכן מאנכע פון אונז זיכער אז דער צוזאמשטויס זאל זיין מיט וואס מער קאנפראנטאציע. מ'רעדט הויך, מ'שטופט, מ'האלט נישט אפען די טיר פאר א צווייטן, מ'לאזט איבער וואס מער שמוץ אומעטום. אין קורצן מ'רופט ארויס בייז בלוט פון נישט אידישע פרילינג-וואקאציאנערן.

פאר די דאזיגע וואס מיינען אז אזא נישט-ארענטליכע אויפירונג האט נישט קיין ווייט-גרייכענדע נאכפאלגן, זאלט איר וויסן אז עס האט אייגענטליך יא! די אלע וואס פירן זיך אויף ווי אומערצויגענע באשעפענישען ביים חול המועד האלטן, זאלן דייטליך וויסן אז זייער טעטיקייטן שאטן זייער שטארק פאר אנדערע אידן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר