בלאט 1 פון 1

זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 6:19 am
דורך יהודי פשוט
רבי מנחם מענדל ב"ר יחיאל יהודה טאוב זצ"ל, קאליב'ער רבי פון ארה"ק איז פריער נפטר געווארן אינעם עלטער פון בערך 96 יאר, די רבי זצ"ל האט נאך געדאווענט מנחה און געפראוועט סעודה שלישית דעם שבת בביתו נאוה קודש מיט א מנין מצומצם, און יעצט פארמיטאג אין ארה"ק איז ער נסתלק געווארן.

די רבי זצ"ל איז געבוירן אין יאר תרפ"ד, אין שטאט מארגערעטן, ער האט חתונה געהאט פאר'ן קריג, ביים קריג האט מען איהם פארשיקט קיין אוישוויץ ווי ער האט ליידער מיטגעמאכטשבעה מדורי גיהנום, נאך די מלחמה איז ער אנגעקומען קיין שוועדן ווי ער האט זיך צוריק פאראייניגט מיט זיין ווייב, פון דארטן איז ער געפארן וואוינען קיין אמעריקא און שפעטער קיין ארץ ישראל ווי ער האט אסאך געטוהן צו מאכן א זכר פאר די אומגעקומענע ביים קריג, ער האט איינגעפירטאז מ'זאל זאגן שמע ישראל לעילוי נשמתם יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, און ביי יעדע גרויסע צוזאמקום, ער האט געהייראט א צווייטע מאל אין יאר תשע"ב נאך די פטירה פון זיין ערשטן ווייב.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

די לוי' וועט פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג (4 אזייגער אויפ'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער) עס וועט ארויס גיין פון זיין בית מדרש קיין קרית בלז און פון דארט צו הר המנוחות ווי ער וועט קומען לקבורה אין געגנט פון מהר"א מ'בעלזא זצ"ל.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם!