בלאט 1 פון 2

זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 6:19 am
דורך יהודי פשוט
רבי מנחם מענדל ב"ר יחיאל יהודה טאוב זצ"ל, קאליב'ער רבי פון ארה"ק איז פריער נפטר געווארן אינעם עלטער פון בערך 96 יאר, די רבי זצ"ל האט נאך געדאווענט מנחה און געפראוועט סעודה שלישית דעם שבת בביתו נאוה קודש מיט א מנין מצומצם, און יעצט פארמיטאג אין ארה"ק איז ער נסתלק געווארן.

די רבי זצ"ל איז געבוירן אין יאר תרפ"ד, אין שטאט מארגערעטן, ער האט חתונה געהאט פאר'ן קריג, ביים קריג האט מען איהם פארשיקט קיין אוישוויץ ווי ער האט ליידער מיטגעמאכטשבעה מדורי גיהנום, נאך די מלחמה איז ער אנגעקומען קיין שוועדן ווי ער האט זיך צוריק פאראייניגט מיט זיין ווייב, פון דארטן איז ער געפארן וואוינען קיין אמעריקא און שפעטער קיין ארץ ישראל ווי ער האט אסאך געטוהן צו מאכן א זכר פאר די אומגעקומענע ביים קריג, ער האט איינגעפירטאז מ'זאל זאגן שמע ישראל לעילוי נשמתם יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, און ביי יעדע גרויסע צוזאמקום, ער האט געהייראט א צווייטע מאל אין יאר תשע"ב נאך די פטירה פון זיין ערשטן ווייב.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

די לוי' וועט פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג (4 אזייגער אויפ'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער) עס וועט ארויס גיין פון זיין בית מדרש קיין קרית בלז און פון דארט צו הר המנוחות ווי ער וועט קומען לקבורה אין געגנט פון מהר"א מ'בעלזא זצ"ל.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם!

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 8:59 am
דורך איסר האטלקי
איך בין אינגאנצן צומישט, איז נישט האדמו"ר מווערדאן דער זקן האדמורי"ם?

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 10:42 am
דורך לבי ובשרי
אין די צייטונג דעם פסח איז געווען א הערליכער שמועס מיט אים.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 10:44 am
דורך חתם סופר
לבי ובשרי האט געשריבן:אין די צייטונג דעם פסח איז געווען א הערליכער שמועס מיט אים.

יא געליינט און זייער הנאה געהאט. א זיסע וואוילע הארציגע איד געוועהן וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום און האט געטרייט אויפצוטוהן א געוואלד.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 10:47 am
דורך לבי ובשרי

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 12:01 pm
דורך נעגעל וואסער
ווי קען זיין אז ער האט נישט געהאט קינדער אבער אן אייניקל נעמט איהם איבער?

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 12:07 pm
דורך זאפטיג
נעגעל וואסער האט געשריבן:ווי קען זיין אז ער האט נישט געהאט קינדער אבער אן אייניקל נעמט איהם איבער?


שטיף טאכטער

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 1:04 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:איך בין אינגאנצן צומישט, איז נישט האדמו"ר מווערדאן דער זקן האדמורי"ם?


נישט ער און נישט ער זענען "זקן" האדמורי"ם. דער מאחניווקער איז...

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 2:52 pm
דורך יהודי פשוט
איסר האטלקי האט געשריבן:איך בין אינגאנצן צומישט, איז נישט האדמו"ר מווערדאן דער זקן האדמורי"ם?
דער קאליב'ער רבי זצ"ל איז געוועהן אביסל עלטער ווי להבחל"ח דער ווערדאנ'ער, דער סקולענ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן אביסל עלטער, דער קאליב'ער איז געוועהן זקן האדמו"רים פאר געציילטע וואכן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 3:15 pm
דורך נח פייפער
אצינד מיט דער פטירה פון האדמו"ר מקאלוב זצ"ל איז דער צאנז (גריבובער) רבי שליט"א, אין טיפן עלטער פון 95 יאר, דער זקן האדמורי"ם און לעצט פארבליבענער לייב פון א פריערדיגע עפאכע אדמורי"ם. אידן וואס האבן שכל כאפן אריין זיך צו קלאמערן און ווארעמען לאורו און נישט זיך שפעטער, לאחר מאה ועשרים, זיך דארפן רייסן די האר פון קאפ און יאמערן אוואו איז געווען מיין שכל?!

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 3:18 pm
דורך רימון
נח פייפער האט געשריבן:אצינד מיט דער פטירה פון האדמו"ר מקאלוב זצ"ל איז דער צאנז (גריבובער) רבי שליט"א, אין טיפן עלטער פון 95 יאר, דער זקן האדמורי"ם און לעצט פארבליבענער לייב פון א פריערדיגע עפאכע אדמורי"ם. אידן וואס האבן שכל כאפן אריין זיך צו קלאמערן און ווארעמען לאורו און נישט זיך שפעטער, לאחר מאה ועשרים, זיך דארפן רייסן די האר פון קאפ און יאמערן אוואו איז געווען מיין שכל?!


וואו איז @דולה ומשקה (מיט זיין בעלעדער פעטיש) ווען מ'דארף אים?

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 3:44 pm
דורך זאפטיג
נח פייפער האט געשריבן:אצינד מיט דער פטירה פון האדמו"ר מקאלוב זצ"ל איז דער צאנז (גריבובער) רבי שליט"א, אין טיפן עלטער פון 95 יאר, דער זקן האדמורי"ם און לעצט פארבליבענער לייב פון א פריערדיגע עפאכע אדמורי"ם. אידן וואס האבן שכל כאפן אריין זיך צו קלאמערן און ווארעמען לאורו און נישט זיך שפעטער, לאחר מאה ועשרים, זיך דארפן רייסן די האר פון קאפ און יאמערן אוואו איז געווען מיין שכל?!


אויף וועלכע רבי האסטו געריסן האר פון קאפ און געיאמערט?

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 5:42 pm
דורך אישתישבי
אין וויקי ווערט געשריבן אז מענגעלע האט אים רח"ל חרוב געמאכט אז ער זאל נישט קענען האבן קיין קינדער.

איז דאס אמת?

אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 7:41 pm
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:אין וויקי ווערט געשריבן אז מענגעלע האט אים רח"ל חרוב געמאכט אז ער זאל נישט קענען האבן קיין קינדער.

איז דאס אמת?

אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.


מ׳האט געזאגט אז אויף אים האט מענגלע און די נאציס ימ״ש געמאכט פארשידנע טעסטס. ער האט באקומען אסאך פארגיטונגס געלט נאך די קריג פון דייטשלאנד. דאס איז אלע יאהרן געוועהן די שמועה.

ווער ס׳ווייסט מעהר זאל זאגן, און צי סאיז טאקע אמת.

Re: זקן האדמו"רים, קאליב'ער רבי זצ"ל איז נפטר געווארן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 8:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק א שטיק צייט צוריק, האט דער משפחה געהאט אן אינטערוויו מיט איהם. איך געדענק צוויי זאכען דערפון.
א. מ׳האט איהם פראבירט צו פרעגן וועגען נטו"ק, וואס איז דעמאלס געווען מיט די איראנער ביים האלאקאוסט פארלייקענונג קאנפערענס, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן דערפון.
ב. מ׳האט פראבירט צו דערמאנען די שמועה וועגען מענגעלע, און ער האט עס אויך פארדרייט לענין אחר, נישט וועלנדיג רעדן דערפון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 9:17 pm
דורך איסר האטלקי
שביעי של פסח און שבת שירה פלעגט ער מאכן קריעת ים סוף כפשוטו. געגאסן פלעשער וואסער אויף די ערד און ער פלעגט טאנצן שירת הים אין די וואסער...

כידוע האט ער אלץ געהאט צו דערציילן חלומות וואס ער האט בייגעוואוינט. ס'איז זייער זיס געווען צו הערן זיינע מעשיות. נאך איינער דא האט אים אמאל געהערט רעדן?

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:02 am
דורך חתם סופר
שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אין וויקי ווערט געשריבן אז מענגעלע האט אים רח"ל חרוב געמאכט אז ער זאל נישט קענען האבן קיין קינדער.

איז דאס אמת?

אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.


מ׳האט געזאגט אז אויף אים האט מענגלע און די נאציס ימ״ש געמאכט פארשידנע טעסטס. ער האט באקומען אסאך פארגיטונגס געלט נאך די קריג פון דייטשלאנד. דאס איז אלע יאהרן געוועהן די שמועה.

ווער ס׳ווייסט מעהר זאל זאגן, און צי סאיז טאקע אמת.

דערווייל הער איך נישט קיין קראנטע מקור אויף דעם. אבער יוחנן דאןן שרייבט אויף טוויטער וועגן דעם. אפשר ווייסט ער


Yochonon Donn
@Yochidonn
The Kaliver Rebbe, who passed away today, was the last, I believe, of the Holocaust survivors to lead a chassidic kehillah. The sadistic torture he went through affected his health and ability to have children but he lived to 96!

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:14 am
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:
אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.

ער איז שוין געווען א חתן אדער לויט אן אנדערע גירסא חתונה געהאט פאר'ן קריג, סא ס'איז נישט מסתבר

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:16 am
דורך חתם סופר
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.

ער איז שוין געווען א חתן אדער לויט אן אנדערע גירסא חתונה געהאט פאר'ן קריג, סא ס'איז נישט מסתבר

חתונה געהאט נאך פאר די קריג

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:11 am
דורך לבי ובשרי
איסר האטלקי האט געשריבן:שביעי של פסח און שבת שירה פלעגט ער מאכן קריעת ים סוף כפשוטו. געגאסן פלעשער וואסער אויף די ערד און ער פלעגט טאנצן שירת הים אין די וואסער...

כידוע האט ער אלץ געהאט צו דערציילן חלומות וואס ער האט בייגעוואוינט. ס'איז זייער זיס געווען צו הערן זיינע מעשיות. נאך איינער דא האט אים אמאל געהערט רעדן?

ער פלעגט רעדן און דרשנ'ן גאר אסאך אנע אפהאלט.
געווכען אמאל ווען דער קאליבער האט זיך אמאל באטייליגט ביי איינס פון די טישן ביים בעלזער רב, וואס האט ווי באוואוסט אים שטארק ארויסגעהאלפן און מקרב געווען, און ער האט דארט גע'דרשנ'ט פאר א לענגערע וויילע בפניו פונעם בעלזער וואס ער האט געהאט צו זאגן איבער אים, שבחים ורינונים, תשבחות און הפלגות, אזש כדי גיחוך. די חסידים האבן שטארק געשמייכלט און דער רב איז געווען שטארק פאררויטלט.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:11 am
דורך לבי ובשרי
זאפטיג האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:ווי קען זיין אז ער האט נישט געהאט קינדער אבער אן אייניקל נעמט איהם איבער?


שטיף טאכטער

ער האט אים אדאפטירט

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 6:29 am
דורך איסר האטלקי
שמעון וואלף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אן אלטער אונגערישער איד האט מיר געזאגט אז דער רבי זי"ע איז אייביג געוועהן חצי נקיבה, און עס האט גארנישט מיט מענגעלע.

ער איז שוין געווען א חתן אדער לויט אן אנדערע גירסא חתונה געהאט פאר'ן קריג, סא ס'איז נישט מסתבר

וואס איז די סתירה? ער האט חתונה געהאט אויף דער עלטער אויך - אויב דאס הייסט חתונה געהאט.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:01 am
דורך זאפטיג
ער לאזט איבער א גרויסע ירושה אנע חסידים

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:47 am
דורך איסר האטלקי
איך דערמאן זיך יעצט, ער האט אויך ארויסגעגעבן א שיינע פאר שו"ת ספרים. זייער זיסע שאלות מיט תשובות. צוגעצייכנט תשובות פון אלע לעצטע תשובה ספרים, ווי יביע אומר, אלישב, ועוד... אין ישיבה פלעגט מען שטופן די צייט דערויף. עס איז אינטערעסאנט צו כאפן א בליק דארט.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:00 am
דורך אישתישבי
איסר האטלקי האט געשריבן:שביעי של פסח און שבת שירה פלעגט ער מאכן קריעת ים סוף כפשוטו. געגאסן פלעשער וואסער אויף די ערד און ער פלעגט טאנצן שירת הים אין די וואסער...

כידוע האט ער אלץ געהאט צו דערציילן חלומות וואס ער האט בייגעוואוינט. ס'איז זייער זיס געווען צו הערן זיינע מעשיות. נאך איינער דא האט אים אמאל געהערט רעדן?


איך האב מיטגעהאלטן א טיש פרשת בשלח מיט אים בערך דרייסיג יאר צוריק. געהייסען האט אז ער גיסט וואסער אהן אויפהער, אבער למעשה האט ער נאר געגאסן איין סעלצער באטעל ארום זיך בשעת ער האט געטאנצט א רעבישע ניגון אויף תפול עליהם אימתה וכו' (דער ניגון וואס מען זינגט אין באבוב 45 ביי די ציבל מיט אייער, קען זיין 48 אויך, סארי).