דרמא אינעם סענאט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דרמא אינעם סענאט!

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:05 pm

וואשינגטאן – דער נעכטיגער טאג איז אן קיין צווייפל געווען גאר א היסטארישער טאג אין וואשינגטאן. דער יוסטיץ מיניסטער פון די פאראייניגטע שטאטן, הער וויליאם באַר, איז פערזענליך ערשינען פארן סענאט פון די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט אפגעגעבן זיין צייגעניש איבער זיין ראלע אינעם לאנג-פארצויגענעם מוללער-אויספארשונג.

דער פערזענליכקייט און באנעמונג פון וויליאם באַר, האט ארויסגערופן יוסטיץ און געזעץ. זיין ערענסטער געזיכט, און זיין דורכדרינגליכער אויגן באצירט מיט פארצייטישע יוסטיצישע בריללן, און זיין טיף פארקניישטער הויכע שטערן באצירט מיט א טראדיציאלען יוסטיץ ווארצל האט ארויס גערופן עהרע און שעצונג. זיין אויסטערלישע געלאסנקייט און איבערגעטראכקייט, זיין ערלויבן פאר מענטשן אויסצורעדן אן איבערהאקן, און דאס שענקן אויפמערקזאמקייט און רעספעקט אפילו פאר די ליבארלע סענעטארן וואס האבן זיך איזדעקעוועט אויף אים, איז ממש געווען צום באוואונדערן.

אט איז ווי אזוי וויליאם באַר האט נעכטן אראפגעלייגט זיין זייט פון די געשיכטע:

קאלאבאראציע און קאנספיראציע מיט די רוסן:
דער לאנג-דערווארטעטער מוללער-באריכט איז ענדליך ערשינען, ס'איז ממש געווען א וועלטס סענזאציע. נעמליך, באב מוללער איז געווען דער אויסשליסליכסטער געטליכער מאן, אין וועם סיי די רעפובליקאנער און סיי די ליבעראלן האבן געלייגט זייער גאנצע האפענונג, ביידע פון זיי האבן געהאלטן אז בלויז ער מיט זיין אנגעבליכער אומפארטייאישקייט און אומאָפּהענגיקייט, און צוגאב פון זיינע לאנגע יארן ערפארונג און עקספערטיז אינעם פעלד פון יוסטיץ און געזעץ, וועט האבן די מעגליכקייט צו אנטשיידן און צו דעציטירן אויב דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט ווירקליך קאלאבארירט און קאנספירירט מיט די רוסן צו נישט, און אויך צו דער פרעזידענט האט געשטערט יוסטיץ אדער נישט.

מוללער האט דייטליך קלאר-געשטעלט, אז דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן. דאס האט ארויסגערופן אויסטערלישע שאקירונג איבערן גאנצן לאנד, הויפטזעליך ביי די לינקע-מידיא און די ליבעראלן. זיי זענען נעבאך געווען אזוי טיף פארזינקן אין זייער קאנספיראציע, אז דער פרעזידענט איז א געהיימער אגענט פאר די רוסן, אזש געוויסע מידיא באריכטער האבן גאר דעבאטירט, ווי אזוי מ'וועט טעכניש קענען בייקומען די באוואפענטע לייב גווארדיסטן וועלכע וואכן אויפן פרעזידענט ביים שטורעמען דאס ווייסן הויז, צו ארעסטירן דעם פרעזידענט, דער געמיינעם רוסישער פאררעטער... דאס אנטוישונג און דערביטערונג ביי די ליבעראלן איז געווען ממש נישט צום באגרייפן. מאנכע פון זיי ווילן נאכאלס נישט אנערקענען אז די רוסישע קאנספיראציע איז בלויז געווען א בייזער חלום, און זיי האלטן זיך נאכאלס נישט ביים דערוועקן פון זייער טיפן בערן שלאף.

געשטערט יוסטיץ:
וויליאם באַר און ראבערט מוללער האבן שוין א אלטע לעגאלע געפעכט צווישן זיך, צו ווען א פרעזידענט וואס זיצט אין אמט באגייט קאנטראווערסיאלע אבער לעגאלע אקטן, אין די ראמען פון זיינע אויפגאבעס אלס פרעזידענט, צו עס הייסט געזצליך געשטערט יוסטיץ.
וו.צ.ב.ש. דורכאויס די אנגייענדע אויספארשונג האט דער פרעזידענט געדאנקט זשימס קאומי פון זיין פאסטן אלס דער דירעקטער פון די עף.בי.איי. לויט באַר'ס באהויפטונג הייסט דאס נישט געשטערט יוסטיץ, ווארום דער פרעזידענט האט די קאסטאטוציאלע רעכט אפצוזאגן פון אמט סיי וועלכע פעדעראלע באאמטע ער וויל, אפגעזען פון א אנגעגעבענער אורזאך. זאגאר מוללער איז ביי די מיינונג, אז אויב מ'קען דייטליך אנצייגן אז דער אקט פונעם פרעזידענט איז אויסשליסליך געווען בלויז צו שטערן א אנגייענדע אויספארשונג, קען דאס יא הייסן שטערן יוסטיץ. אפילו מוללער האט נישט געקענט אויפווייזן אז דאס אפזאגן דירעקטער קאומי איז געווען דירעקט צו שטערן יוסטיץ, ווארום קאומי איז ווירקליך באגאנגן ערענסטע לעגאלע מיסברויכן דורכאויס די אויספארשונג איבער די קרימינאלע טעטיקייטן פון פרוי קלינטאן.

און ווען דער פרעזידענט האט באאויפטראגט דאן-מאַקגאַן אפצוזאגן מוללער פון זיין פאסטן, ארגומענטירט באר אז דאס הייסט אויך נישט שטערן יוסטיץ. ווארום דער פרעזידענט האט דאך געזאגט זיין מאטיוו, ווייל מוללער איז איינזייטיג, לערנט באר פשט, אז גאנץ רעכט ווען דער פרעזידענט זאגט ווען נישט זיין מאטיוו, וואלט דאס פילייכט געווען שטערן יוסטיץ, אבער ווי נאר דער פרעזידענט האט קלאר געשטעלט פאר דאן-מאַקגאַן זיין מאטיוו, אז מוללער איז איינזייטיג געשטימט, באדייט דאך דאס אז דער פרעזידענט האט נישט געוואלט אינגאנצן אויפלעזן דעם אויספארשונג ווי מאנכע ווילן גאר אנדייטן, נאר ער האט בלויז געוואלט א צווייטן אויף מוללער'ס ארט. דערפאר האלט באר אז דאס הייסט נישט שטערן יוסטיץ... עס איז א שטיקל לומדות...

מוללער מאכט אן פראבלעמען פאר באר:
מוללער זעלבסט איז אבער נישט געקומען צו קיין אויספיר איבערן טייל פון שטערן יוסטיץ. דאס איז לויט מערסטייל פון לעגאלע עקפערטן א פאטאלער פעלער פון זיין זייט. דער אידישער לעגאלער ריז, פערפעסאר אלען דערשאַוויץ ארגומענטירט טאקע נאכאנאנד, אז מוללער מוז באשיינפערליך צוריק געבן האלב פון זיין געהאלט פאר די רעגירונג, ווארום ער האט בלויז אויסגעפירט האלב פון זיין אויפגאבע. באַר זעלבסט איז אויך געווען גאר שטארק אנטוישט איבער דעם. און צום מערסט וואונדערליך איז נאך, אז ביז צום היינטיגן טאג האט נאך מוללער נישט אנגעגעבן קיין זאכליכער אורזאך פארוואס ער איז נישט געקומען צו קיין אויספיר איבער שטערן יוסטיץ. דאס איז נאך ביזדערווייל פארבליבן א מיסטיריע.
נאך מער פון דעם, מוללער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט אריין געשריבן אין זיין באריכט, אז ער טיט אויך נישט ריינוואשן דעם פרעזידענט פון האבן געשטערט יוסטיץ - א זאץ וואס וואס האט אייגענליך געהויבן די ברעמען מיט אויסטרלישע וואונדער ביי מערסטייל פון לעגאלע עקספערטן אין לאנד, ווארום זינט ווען טיט א פּראָקוראָר ריינוואשן עמיצן? אז מ'האט נישט קיין אורזאך פארוואס אנצוקלאגן באדייט דאך דאס אז יענער איז ריינגעוואשן? אויף די ביידע זאכן ווען מוללער באשיינפערליך זיין פארפליכטעט ענטפערן אינעם גאר נאנטן צוקנופט.
וויליאם באַר האט זיך געפונען אין גאר א אומאנגענעמענע סיטואציע. און אויב דאס איז נישט גענוג וועגן האט זיך באַר דאן זיך אנגעשטויסן אין נאך א פראבלעם. נעמליך, ס'איז געווען אפגעשמיעסט פון פריער, אז מוללער מיט זיין שטאב וועלן רעדאקטירטן און צענזורירן דעם באריכט פון קלאסאפירטע און געהיימע אינפארמאציע. אין די ווירקליכקייט האבן זיי דאס צוליב אומבאוויסטע מאטיווען נישט געטוען. דאס אמעריקאנער פאלק האט שוין דאן געוויסט אז דער באריכט איז ערשינען, און זיי האבן געווארט מיט אויסטערלישע שפאנונג צו הערן דעם אינהאלט פונעם באריכט, דאס שפאנונג אין לאנד איז געווען אויף די העכסטע אקטאוועס, אזש באַר האט געשפירט אז ער איז פארפליכטעט צו נעמען באלדיגע שריט, נאך איידער די מידיא הייבט אן וועבן זייער קאנספיראציעס ווי ס'איז זייער אלגעמיינע שטייגער.

באַר גייט דורך דעם באריכט, און שרייבט א פיר זייטיגער פראקאלאמאציע:
באַר האט זיך באלד אוועק געזעצט אינאיינעם מיט זיין וויצע ראָד ראָזענשטיין, (וועלכער איז ווייט פון א פריינט פארן פרעזידענט.) און זיי האבן באלד אנגעהויבן איבערצוגיין דעם מוללער באריכט. נאכן גרינטליך איבערגיין דעם באריכט זענען זיי געקומען צו א געמיינזאמע אויספיר. דער פרעזידענט האט ווירקליך נישט געשטערט יוסטיץ. באר האט שפעטער קלאר-געשטעלט אז אויף געוויסע זאכן האבן זיי יא געהאט מיינונגס פארשידנהייטן, אבער צום ענדע זענען זיי ביידע געקומען צום זעלבען אויספיר, אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט יוסטיץ.
באר האט אייגענטליך נעכטען קלאר-געשטעלט אז ער איז נישט דורכגעגאנגען די אונטערלאגעס און באווייזן וועלכע האבן אונטערגעשטיצט דעם מוללער באריכט, נאר ער איז בלויז דורכגעגאנגן דעם עצם באריכט. א שריט וואס ווערט אויסטערליש קריטיקירט דורך די ליבעראלן. זאגאר באר אגרומענטירט אז די רעזולטאטן פונען באריכט זענען סיי ווי אזוי די זעלביגע, ס'וואלט פאר אים גארנישט אויסגעמאכט צו וויסן די אונטערלאגעס און די באווייזונגן פונעם באריכט, אין דער צייט וואס ער געטרויעט פולשטענדיג מוללער, אז ער האט געמאכט א פענאָמענאַלע און גרינטליכע ארבייט.

באַר האט דאן רעדאקטירט א בריוו פון פיר זייטן אין וועלכע ער האט ציטירט די גענויע ווערטער מיט וועלכע מיללער האט זיך באנוצט אין זיין באריכט. דער בריוו לויטעט: דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן, און אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט יוסטיץ. ער האט אפילו צוגעלייגט אז מוללער האט אויך נישט ריינגעוואשן דעם פרעזידענט פון שטערן יוסטיץ. אפגעזען ווי אבסורד דער זאץ הערט זיך. באַר האט דאן געפרעגט מוללער, אויב ער אדער זיין שטאב ווילן אנעליזירן דעם בריוו איידער עס ווערט פארעפענטליך פארן ברייטן פובליקום, אבער מוללער האט זיך צוליב א אומבאוויסטע אורזאך אנטזאגט. באַר האט דאן פארעפענליך זיין בריוו פארן פובליקום. איבעריג צו זאגן אז דאס גאנצער לאנד איז געגאנגען כאדאראם.

דער שטורעם פונעם בריוו:
די צושטורעמטע ליבעראלן פונעם רעפרעזאנטן הויז האבן אנגעהויבן צו פארפירן און לארעמען, זיי האבן זיך גענומען שיקן קאנגרעסיאלע-הזמנות אויף רעכטס און לינקס, ווער ס'האט בלויז אמאל אנגערירט די קלאמקע פון פרעזידענט טראמפ האט באקומען אן הזמנה צו קומען זאגן צייגעניש פאר זייערע קאמיטען. זיי האבן גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארפירן אז זיי מוזן זאפארט זען דעם גאנצן מוללער באריכט, און נישט די רעדאקטירטע ווערסיע, נאר די גאנצע באריכט גענוי ווי עס שטייט און גייט, אפגעזען אז דאס איז דייטליך קעגן דאס געזעץ. זיי האבן פארפירט אז ס'איז אזא גרויסער חובת השעה אז מ'מוז גאר ברעכן דאס געזעץ. באַר האט זיך ווי א ריכטיגער שטאטסמאן אינגאנצן נישט דערשראקן פון די סטראשערייען און געשרייען פון די ליבעראלן. ער האט דייטליך דעקלערט אז בלויז א רעדאקטירטע און צענזירירטע ווערסיע פונעם באריכט וועט פארעפענטליך ווערן אין צירקע פון דריי וואכן צייט, צו וואס ער האט זיך טאקע אייגענליך צוגעהאלטן.

שטרייט צווישן מוללער און באר:
נאך דעם וואס די פרעסע האט פארעפענטליך דעם בריוו, האט באב מוללער אנגעהויבן צו שטורעמען ווי א וואלקאנישער בארג. ער האט באלד אינאכט גענומען אז ער האט געמאכט א פאטאלע פעלער מיטן נישט קומען צום אויספיר איבער שטערן יוסטיץ. ער האט באלד אפגעשריבן א בריוו צו באר, אין וועלכע ער טאדעלט אים שארף פארן מיסקארקטערעזירן דעם פערספעקטיוו פון זיין אויספארשונג. ווי נאר באר האט דערהאלטן דעם בריוו איז ער געווארן שטארק איבעראשט און אנטוישט, ערשט ווייל ער האט נישט מיסקארקטערעזירט מוללערס אויספארשונג, ער האט בלויז געשריבן וואס מוללער זעלבסט זאגט אין זיין באריכט, און האט אפילו ציטירט די גענויע ווערטער פון מוללער. און צווייטנס ער האט דאך אנגעבאטן פאר מוללער צו זען דעם בריוו איידער ער האט דאס פארעפענטליך, און ער האט זיך אנטזאגט עס צו זען?

באר האט זיך באלד פארבינדן מיט מוללער טעלעפאניש. זיי האבן געהאט א געשפרעך, מוללער האט פארלאנגט אז באר זאל פארעפענטליכען פארן פובליקום די עפילאגן וואס ער זעלבסט האט געשריבן אינעם באריכט, הויפטזעכליך איבערן טייל פון שטערן יוסטיץ. זיין מאטיוו איז ווארשיינליך געווען צוליב דעם וואס די פרעסע און די ליבעראלן האט געברויזט אויף אים פארן נישט קומען צו אן אויספיר איבערן שטערן יוסטיץ, און ער האט געהאלטן אז מיטן פארעפענטליכען די ארגינעלע עפילאגן פונעם באריכט, וועט דער פובליקום עטוואס בעסער פארשטיין פארוואס ער האט נישט געוואלט פאסן קיין באשלוס איבערן שטערן יוסטיץ. באר האט זיך אנטזאגט דאס צו טאן. ער האט אגרומענטירט פאר מוללער, פארוואס בלויז די עפילאגן? פארוואס נישט די גאנצע באריכט ווי עס שטיט און גייט? נאכמער האט באר ארגומענטירט, ווען דו צענזורירסט ווען דעם באריכט, ווי מ'האט ווירקליך געהאט אפגעשמיעסט, וואלט דאך ווען דער באריכט שוין לאנג ווען געווען פארעפענטליכט. מיט דעם האט זיך די דיסקאסיע געשלאסן. באר האט געהאלטן דעם בריוו פון מוללער אין געהיים ביז נעכטען, און ער האט דאס אויך קיינמאל נישט דיסקאסירט אין די עפענטליכקייט ביז צום נעכטיגן טאג.

סעקרעטאר באר באהיט זיין זעלבסט-ווירדע:

עס איז כדי צו באמערקן, אז ווען איינע פון די סענעטארן האבן געפרעגט באר, צו זיין שמיעס מיט מוללער איז געווארן נאטירט, האט באר גענטפערט אז יא! דו קענסט דאס אונז אהערשטעלן? האט דער סענעטאר געפרעגט, ניין! איז געקומען דעם קאטאגארישער אנטווארט. דאס איז געווען פון די סאמע קלימאקסן פון זיין צייגעניש נעכטן אינעם סענאט. ער ווייסט גענוי וואס ער האט צו טאן, און לאזט זיך נישט איזדעקעווען און שאנטאזשירן פון קיינעם, אפגעזען ווי מאכטפול יענער מיינט אז ער איז.

אזוי מ'זעט אויך היינט. דער רעפרעזאנטן הויז וויל פון אים מאכן א פאליטישער ספעקטאל, זיי פארלאנגן אז געניטע אדוואקאטן זאלן אויך האבן א געלעגנהייט אים צו פארהערן, ווי עס איז די אלגעמיינער שטייגער ביי אומפוטשמענט פראצעסן, ווארום די דעמעקראטן ווילן עס נישט רופן אפיציעל אומפוטשמענט צוליב זייער פאליטישע מאניפולאציעס, און באר לאזט זיך נישט! און ער בויקאטירט גענצליך דעם פארהער. און ער קימערט זיך אינגאנצן נישט פון די לעכערליכע פיסטע סטראשערייען און שאנטאזשירייען פון די ליבעראלע פאסקודניאקעס.

ליבעראלן ברויזן אויף באר, פארן זיי נישט צוהעלפן צו פארשמירן דעם פרעזידענט:
אין די ווירקליכקייט האט באר דא עטוואס אריינגעשפילט אין די הענט פון די ליבעראלן. זיי אגרומענטירן אז מיטן האלטן דעם בריוו און די דיסקאסיע מיט מוללער אין געהיים, האט ער גענצליך פארפירט די אמעריקאנער באפעלקערונג... זיי אגרומענטירן אז מיט זיין פארעפענטליכען זיין פיר-זייטיגער בריוו, און דאן ווארטן גאנצע דריי וואכן ביזן פארעפענטליכען דעם גאנצן מוללער באריכט, האט די באפעלקערונג באקומען א בליק אז דער פרעזידענט איז אינגאנצן ריינגעוואשן געווארן דורך מוללער. אויב באר וואלט ווען יא פארעפענטליכט זיין געשפעך מיט מוללער, און ווי אויך די עפילאגען וואס מוללער זעלבסט האט געשריבן, וואלט דער בליק אויפן פרעזידענט ווען געווען פול מער שווארצער... און דאס איז דאך דער אויסשליסליכסטער ציל...

די ראדיקאלע סאציאליסטן זענען אזוי אויפגעברויזט אויף באר, אזש זיי רופן גאר אז ער זאל ריזיגנירן פון אמט... א זאך וואס באר האט אייגענטליך אינגאנצן נישט אין פלאן. ער האט געטאן גענוי וואס ער האט געדארפט, און דאס אז די ליבאראלן ברויזן אז דער פרעזידענט איז געווארן גענוג באשמיצט פונעם מוללער-באריכט, פארנעמט נישט ביי אים קיין ארט אין מוח, און אויך נישט ביי קיין שום רעכט-דענקער באשעפעניש. דער יוסטיץ מיניסטעריום דינט נישט די געמיינע אינטערעסן פון די לינקע ליבעראלע פאסקודניאקעס . און אויב זיי ווילן שטארק קענען זיי רופן זייער העלד הער מוללער זעלבסט אויפצוטרעטן מיט צייגעניש פאר זייער קאמיטעטן, אזוי אז זיי זאלן זיך קענען גענוג פארסמאקעווען מיט די הויפנס שמוץ וואס ער האט געגרובלט יארן לאנג אויפן פרעזידענט פאר א פעטע געהאלט פון 25 מעלאנעס...

דער רעזולטאטן פון די נעכטיגע פארהער אינעם סענאט זענען ווי פאלגענד: דער אז דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן. און אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט קיין יוסטיץ. און אז סיי באב מוללער און סיי וויליאם באַר האבן געמאכט א פענאָמענאַלע און גרינטליכע ארבייט, אפגעזען פון די עטליכע מינדערליכע קורצזיכטיגע פעלערן וואס מוללער איז באגאנגען...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:11 pm

איך האלט אז מיר דארפן באזינגען אונזער לאקאלן רעפארטער מורינו ר' קאך לעפל מינימום וויפיל אונזערע ברידער אין אייוועלט באזינגען הכל הבל.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך לך לך » דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:19 pm

זייער שיין און קלאר!!!
קיפ אפ
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:54 pm

לך לך האט געשריבן:זייער שיין און קלאר!!!
קיפ אפ


ישר כוח
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 02, 2019 5:39 pm

היינט האב די קאנגרעס לייצים געברענגט א בובע-הינדל אינעם קאנגרעס, און עס געשטעלט אויפן ארט וואו באר האט געזאלט זיצן.
די חכמי הגאנרעס האבן ווארשיינליך דערמיט געוואלט אפשפעטן פון באר אז ער איז א הינדל פארן זיך פארכטן צו קומען געבן צייגענשאפט פאר די חכמי הקאנגרעס ירום הודם.

איך בין נייגעריג וועמענס קליגע איינפאל דאס איז געווען, כ'בין כמעט זיכער אז דאס איז געווען די טיפע עצה פון איינע פון די גרעסטע פון די חכמי האליטינאים אינעם דור, הויעכ-געשעצטע פרוי אלעקסאנדריע קאָרטעז, אדער איר בעסט פרענד די פאלאסטינא גרושה ראַשיד טאליב.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1542
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט