וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 14, 2019 6:17 am

אויב ער איז טאקע אזוי דיפרעסט, פארוואס זוכט מען קנאישע תירוצים, מען קען דאך האבן סאך א בעסערע תירוץ?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1958
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1190 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 14, 2019 8:21 am

ווער זאגט תירוצים?

איך מיין עס פעלט דיר א פשוט'ער ידיעה. עס איז דא צוויי ברידער, הרב שמואל דויטש און הרב אשר דויטש. הרב שמואל דויטש איז געווען דער רוח חיה אין תשמ"ט אנצופיהרען דער ההתייסדות פון דגל התורה. זייט דעמאלס איז ער שטיל און מ'הערט גאר ווייניג פון איהם. ער איז אן איידעם געווען ביי הרב ירוחם גארעליק, ר"מ אין ישיבה יוניווערסיטי. ער איז די גרעסערע עילוי ווי זיין ברודער אויך. הרב אשר דויטש איז א חלק פון די ליטווישע געזעלשאפט (הגם אז ער איז אן אונגארישע אפשטאמיגע) און ער איז נישט אנדערש פון די אלע דגל התורה'ניקס. נאר וואס? ער איז אויף די אנדערע צד פון די מחלוקת אין פאנאוויעז, און דעריבער איז ער אביסל לעקיש (אדער איז ער לעקיש פאר די זעלבע סבה אז ער איז אויף די אנדערע צד אין פאנאוויעז, וליכא שום נפקותא בדבר ע"כ לא הארכתי בזה). ער איז אבער נישט קיין קנאי און ער איז נישט געקנויטן פון די טייג.

לעומת זה, הרב קאלמאנאוויץ איז א קנאי מבטן ומלידה. אלע קאלמאנאוויטש'ס זענען פארפרומטע נשמות, וואס לעבן א פינסטערע קנאישע לעבן. חזקיה קאלמאנאוויטש (פון אתרא קדישא) איז אן אייניקעל פון א ברודער פון הרב ישראל קאלמאנאוויטש, און דאס איז איין גרויסע משפחה וואס איז אזוי. (איך האב א שוואגער פון יענער משפחה, און ער רעדט זיך אפ)

דער התייסדות פון עץ איז ריין פאליטיש. אפאר עסקנים האבען זיך געזען אין דערויסן, ווי אויך אפאר ראש ישיבה'לעך, און ממילא איז געווארען א צייטונג (אין עיתון אין מפלגה) און א פאליטישע באוועגונג, וואס האט פראבירט צו גיין אין כנסת און אין אלע עיריה אנשטאלטן, און זיך אויפבוין א מלוכה, פונקט ווי רביץ און גפני בשעתם. זיי האבען געקלערט אז די 'פרומערע' צד וועט זיגען און דעריבער האבען זיי גענומען א פרומערע צד, און אזוי אריין געכאפט געוויסע תמימים. דאס איז נישט קיין חידוש, זייט די התייסדות המדינה האבען פאליטישע באוועגונגן זיך געריסן ווער זאל פארטרעטן די פרומע ציבור אין כנסת, און צום סוף האט אגודת ישראל געוואנען. אבער פא"י האט פראבירט אלע יארען, און ווען זיי זענען אראפ פון די מאפע, איז יעצט געקומען ע"ץ במקומם, מיט די זעלבע נוסח הטענות, "די עסקנים פארפירען די גדולים", "מיר מעגען אויך האבען א מיינונג", "איך האב א גדול וואס קען אויך לערנען", "מיין גדול האט א בעסערע ספר ווי דיינס", אבער אונטער דעם אלעם איז געלעגען א פלעינער 'מי בראש' און מ'האט גענומען די טענות ווען עס האט אויסגעפעלט.

די חידוש פון עץ איז צו שפילען דער געים מיט די אמעריקאנער תמימים, און זיי אריין שלעפען אין זייערע בלאטע, אזוי ווי אתרא קדישא און אבותינו האבען ביידע געטון פאר זייער באגרעניצטע שאיפות, איינער מצד די אהרוינעם און איינער מצד די זאלוינעם, אזוי טוט עץ היינט.

די פראבלעם איז אז א גרופע פון פלגנים וועלען זיך אייביג שלאגען צווישען זיך, און ממילא איז געווארען די ריס צווישען די גדולים זייערע. דער עסקן לויפט צו דעם, און דער צו דעם. וויבאלד זיי האבען בעצם נישט קיין אייניגע שפראך צו גאנג, וועט ממילא אויספלאצען מחלוקת לרחצה, און די עסקנים נוען עס כפי רצונם.

ווען זיי קומען קיין אמעריקא און זאגען אז יענקל וויל זיך שלאגען מיט בערל, און ער דארף הילף, וואלט איינער זיי געהאלפען? אוודאי נישט! האט מען אנגעשטעלט א 'אידישקייט' מחלוקה, כאילו דאס איז די מחלוקת מיט ציונים, און גענוצט די געווער וואס מ'באקומט פון דא צו שיסען אויף די אנדערע עץ. ווען זיי האבען געלט, קען דער צד מחליט זיין וואס טוט זיך. זיי זיצען דאך אויפ'ן שיסעל.

דער אויבישטער האט אבער געהאלפען און דער געוואלדיגע געלונגענע עסקן יצחק דייטש האט געוויזען וואס ער קען, און עס איז געווען איין גרויסע דורכפאל. עס וואלט מיר געווען א חידוש ווען זיי וואלטען אפילו געדעקט די הוצאות זייערע. און ממילא איז יעצט צרות פאר זיי.

דער אויבישטער זאל העלפען וילמדו תועים בינה, און די אלע וואס זוכען זיך צו בויען אויף מחלוקת און הרס זאלען איינזען די טעות פון זייערע וועגן, און זיי זאלען נוצען זייער ענערגיע אויף עפעס גוט, טויגליך און אויסגעהאלטען. און מיר וועלען אלע פארדינען דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7894 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 14, 2019 10:35 am

יעצט האסט זייער קלאר געשריבן. עץ האט זיך געגרינדעט אלס פרומער פארטיי, אדער אלס מי בראש אדער אלס ערליכקייט - אין דעם לאז איך יעדעם לערנען פשט וויאזוי ער וויל.

יעצט האט אויסגעבראכן א מחלוקה, און יעדער פרובירט צו שאפן געלט פאר זייער צד, סך הכל האט יצחק שטערן געשטיצט פרידמאן דעם קנאי ענדערש ווי דויטש (וואס איז אגב שקר, אלע מוסדות אונטער יעדעם האט באקומען געלט, סך הכל אויפן קול קורא איז פר"מ נאמען געשטאנען פריער, דאס איז ווייל ער האט מער מוסדות און מענטשן - פלייש אונטער זיך...).

האסט נאכאלץ נישט אויפגעוויזן וואו איך זע אז דער מטרה פון דעם כינוס איז געווען צו שטופן א פאליטישער אגענדע, אויסער צו שאפן געלט פאר די מוסדות.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1958
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1190 מאל

Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מאי 14, 2019 10:39 am

פא"י איז נישט אראפ פון די מאפע, די נאמען האט זיך נאר געטוישט אויף דגל.

ביי די התייסדות פון דגל איז עס אפענערהייט געווען מי בראש, נאר על פי רמז דרוש סוד האט מען געטראפן עפעס יודישקייט, די עצניקעס שעמען זיך כאטש אביסל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מאי 14, 2019 10:44 am

איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט האסט זייער קלאר געשריבן. עץ האט זיך געגרינדעט אלס פרומער פארטיי, אדער אלס מי בראש אדער אלס ערליכקייט - אין דעם לאז איך יעדעם לערנען פשט וויאזוי ער וויל.

יעצט האט אויסגעבראכן א מחלוקה, און יעדער פרובירט צו שאפן געלט פאר זייער צד, סך הכל האט יצחק שטערן געשטיצט פרידמאן דעם קנאי ענדערש ווי דויטש (וואס איז אגב שקר, אלע מוסדות אונטער יעדעם האט באקומען געלט, סך הכל אויפן קול קורא איז פר"מ נאמען געשטאנען פריער, דאס איז ווייל ער האט מער מוסדות און מענטשן - פלייש אונטער זיך...).

האסט נאכאלץ נישט אויפגעוויזן וואו איך זע אז דער מטרה פון דעם כינוס איז געווען צו שטופן א פאליטישער אגענדע, אויסער צו שאפן געלט פאר די מוסדות.


עס איז נישט לכאורה נישט אמת, יצחק שטערן האט געוואלט רופן ר' אשר דויטש, נאר די היזיגע קנאים האבן אים נישט געלאזט.

זיין ציל איז זיכער צו מאכן אז סאטמאר האט א ווארט דארט, ער האלט אז אזוי וועט ער זיי קענען מאכן פאר קנאים.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 14, 2019 11:06 am

דאס בין איך מודה. איך טריי נאר אויסצופיגערן ליטוואק'ס טעאריע.

נאכן כאפן וואס ער זאגט וועל איך מחליט זיין אויב איך זאל עס גלייבן, אבער קודם דארף איך בכלל פארשטיין וואס ער פרובירט צו זאגן.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1958
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1190 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג מאי 14, 2019 11:36 am

איינע פון די הויפט קריגעריי יעצט איז הקצאות
מלכודת ההקצאות - פרק א.pdf
(236.75 KiB) אראפגעלאדנט 76 מאל
לאמיר הערן דא ליטוואק'ס טעאריע
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג מאי 14, 2019 11:58 am

די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג פון די גאנצע מאכערייקא און דערפאר האט דער עין העדה סאטמאר רב גלייך זיך אנטזאגט פון די גאנצע זאך

מיר איז נאר אינטערסאנט ווי אזוי די אזויגערופענע קאווע שטיבל סטייל אפענע קעפ זענען פונקט דא עפעס גאר וואונדערליך פארמאכט און זיי קענען עפעס נישט כאפן וואס דא גייט פאר .......

יעדע קליינע נארישע פאלטיק פון סיי וואס און פון סיי וועם ווייסן זיי פונקטליך וואס ליגט אונטער דעם און אויף דעם און דא פלוצים נעמט זיי איבער אזא תם'קייט אינטערסאנט

דער אמת איז אבער פשוט פאר ווער ס'האט מיטגעלעבט די יארן נאך פון די ימי הנהגה פונעם רבין הברך משה ווען ס'איז געווען בעיקר הורתם ולידתם פון די היינטיגע זאלי פארטיי והמסתעף, האבן זיי זיך אלס געגרויסט מיט דעם אז זיי ווערן נישט פארקויפט פאר קיין רביס//ע"ז ס'איז געווען איין רבי און פון דארט און ווייטער וועט זיך פירן דורך דיינים/ערליכע אידן וכל שום וחניכא

און פון יעדן אנדערן רבין, חסידות, האבן זיי אפגעלאכט. די לעצטע פאר יאר האבן זיי ערפינדן ארונישע קעלבלעך חלה דעקלעך וכדו' לשונות של קללה ויואש

אבער שוין לאנג וואס זיי זעין איין אז זינט זיי האבן זיך געוואלט נוקם זיין אין זייער ארכי שונא הרב אהרן טייטלבוים און זיי האבן זיך מתאחד געווען אונטער עפעס א אומבאוואסטע ליידיג גייער אימפאטירט פון בארא פארק וואס לכבוד דעם האבן זיי כפרות געשלאגן מיט זייער אפגאט לייטנער (הרב מאמאנטיווידעי) שארמאשער וכדו' וועלן זיי צו דעם אויך מוזן אויפגעבן זייער נאטור און סלאגאן פון ווערן געפירט אן קיין דעת יחידאה

לעצטענס אבער ווערט דאס מער און מער, יצחק שטערן וואס זוכט אויפצובויען די סאטמארקייט פון די פארטיי האט זיי אריינגעפירט אין תהום מיט זיך צושטעלן צו די אגודאים און ביי יצחק שטערן און אזאנע סארט עסקנים איז נישט דא קיין וועג צוריק

נישט אינטערסאנט יעצט איבערצוגיין וואס פארא שווערע ארבעט דא איז געמאכט געווארן און אריינגעלייגט געווארן צו שטיפן די אויערבאכניקעס די לעצטע פאר יאר ווי אריין שלעפן דעם סאטמאר רבין אין א אסיפה מיט א שמוציגע מטרה א בלק אין מאנסי ווי ר' אהרן האט זיי טאקע געלערנט מיט זיי בלק ווי עס דארף צו זיין וכדו'

עכ"פ זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער איי קען איך דען זיין א קעלבל א חלה דעקל איז דא צוויי ברירהס אדער האב איך נישט קיין בריה און איך ווער א קעלבל אונטער א דעת יחידאה אדער בין איך מודה אויף מיין טעות פון די לעצטע צען יאר

און מודה זיין א טעות איז זייער שווער אפילו ווען דער פאקט פאטשט אין פנים און אויף דעם דרייט זיך יעצט זייער גאנצע עשה עצמו כאילו לא ידע שפיל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2880
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 14, 2019 1:13 pm

אונטער חכם האט געשריבן:פא"י איז נישט אראפ פון די מאפע, די נאמען האט זיך נאר געטוישט אויף דגל.



איך מיין דו ביסט אביסל צומישט. אגודה האט געוואלט גיין מיט פא"י, און הרב שך האט אלס זיך געשלאגען דערמיט. די ערשטע רייבערייען זענען געווען אויף דעם. ליין איבער די מעשה אין תשל"ז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7894 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג מאי 14, 2019 1:28 pm

גאנצל האט געשריבן:זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן ר זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער

וואס דארף מען פארענטפערן
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך אדונינו » דינסטאג מאי 14, 2019 7:36 pm

איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן ר זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער

וואס דארף מען פארענטפערן

קודם דארף מען זיך פארענטפערן פאר די מנהלי המוסדות פארן נישט שאפן די געלט, נאכער וועט מען זעהן ווייטער.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט