מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דער ספעציעלער קאנסול הער מוללער, האט זיך ענדליך היינט געלאזט הערן צום ערשטן מאל – זינט זיין באריכט איז ערשינען, האט ער איינגענומען א פולשטענדיגע שטיל-שווייגעניש וועלכע האט אנגעהאלטן ביז היינט - ווען ער האט זיך ענדליך געפענט דאס מויל און זיך געלאזט הערן. מוללער האט אין זיין קורצע רעדע קיין סאך נישט צוגעגעבן צו וואס ער שרייבט שוין אין זיין גלות-לאנגער באריכט. ער האט ווידערהאלט אז דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן, אפגעזען פונעם פאקט אז די רוסן האבן אנגעוואנדן פארשידענע שריט צו מאנאווירן מיט די פרעזידענטליכע וואלן. ווי אויך ער ווידערהאלט אז ער וויל נישט פעסטשטעלן צו דער פרעזידענט האט ווירקליך נישט געשטערט יוסטיץ. ביי זיין היינטיגע רעדע האט ער דעקלערט זיין ווירקליכער מאטיוו פארוואס ער האט טאקע דאס נישט אויסגעשלאסן.

ער האט ארגומענטירט ווי פאלגענד: צוליב די רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג, נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט וואס זיצט אין אמט, האט איך נישט געוואלט קומען צו קיין אויספיר צו דער פרעזידענט האט ווירקליך געשטערט יוסטיץ אדער נישט - דער פרעזידענט וואלט ווען אין יעדנספאל נישט געהאט די געלעגנהייט זיך ריינצוואשן אין א געריכטליכער פראצעס, דערפאר האב איך ליבערשט אויסגעקליבן דאס צו לאזן הענגן אין די לופט, אפגעזען פונעם פאקט אז דאס זייעט אן כאאס אין לאנד. איי דאן פארוואס האט ער דאס אריין געשטעלט אינעם באריכט? מען קען דאך אין יעדנספאל נישט פאראורטיילן קיין אמטירטע פרעזידענט? דאס האב איך געטאן צו פרעזערווירן מעגליכע באווייזן פארן צוקנופט – האט מוללער דעקלערט...

אצינד וואס איז ווייטער?
ס'איז פארהאן דריי באזונדערע אבערוואציעס. די געזעצליכע, די ליבעראַלער, און די רעפובליקאנער:

דאס געזעצליכער:
דער מוללער באריכט האט גענצליך ריינגעוואשן פרעזידענט טראמפ פון יעדע סארט קרימינאלע מיסברויך. דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט מיט די רוסן, ער האט נישט געשטערט יוסטיץ! נעמליך, דער פרעזידענט האט געטאן פארשידענע שריט וואס קען אנדייטן שטערן יוסטיץ, אבער מוללער האט צוליב די רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט, זיך אנטזאגט צו קומען צו אן אויספיר איבער דעם. דאס באדייט: נישט שולדיג ביז דעקלערט ווערן שולדיג.
אייגענליך לויטן יוסטיץ מיניסטער בארר, האט מוללער דייטליך געזאגט פאר אים, אז נישט בלויז צוליב דעם רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט האט ער זיך אנטזאגט צו קומען צום אויספיר אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט יוסטיץ, נאר אויך צוליב דעם וואס מ'קען טאקע געזעצליך נישט קומען צום אויספיר צו די שריט פונעם פרעזידענט הייסט שטערן יוסטיץ. מוללער אין א פרעצעדענטלאזע שריט היינט צוריק געדרייט דאס רעדל און געזאגט, אז בלויז צוליב דעם רעגולאציע פונעם פונעם יוסטיץ אפטיילונג, נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט איז ער נישט געקומען צו קיין אויספיר איבער שטערן יוסטיץ. ( דאס האט ער ווארשיינליך געטאן צוליב זיין אויסטערלישער ליבשאפט צום פרעזידענט פארן אים נישט אויפנעמען אלס עף-בי-איי דירעקטאר).

די ליבעראַלערן:
די יוסטיץ אפטיילונג האט טאקע א רעגולאציע פון נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט. אבער די רעפרעזאנטן הויז האט נישט אזא רעגולאציע. לויט די קאנסטעטוציע איז דער רעפרעזאנטן הויז באפולמעכטיגט צו פאראורטיילן דעם פרעזידענט פארן שטערן יוסטיץ. און זיי זענען טאקע פולשטענדיג גרייט אנצוהייבן מיט די אומפוטשמענט פראצודערן. דער אלטער נאדלער האט זיך קראנקערהייט ספאנטאן צוגעכאפט צום נענטסטן מיקערפאון ווי אויסגעהונגערטער וואלף, און געווארפן זיינע שארפע דראאונגען צום פרעזידענט...

די רעפובליקאנער:
וואס שטערן יוסטיץ? ווען שטערן יוסטיץ? אז ס'איז נישט פארהאן קיין רוסישע קאלאבאריציע, נאר בלויז א ליבעראַלע קאנספיראציע, דאן וואס פאר א יוסטיץ שטערט מען דען?יוסטיץ אויף וואס? אייגענטליך איז דער פרעזידענט שוין אומפוטשמענט זינט ער איז אריינגעוועלט געווארן אין אמט אויפן ארט פונעם סקאנדאל געפלאגטע פרוי קלינטאן. זאלן די ליבעראַלע וועלף אומפוטשן דעם פרעזידענט, ס'וועט זיך ממלא אפשטעלן אינעם סענאט. די ליבעראַלען זענען נעבאך קראנק אויף טראמפ סינדראם, זייער האס און ווייטאג אויף טראמפ איז אזוי גרויס אז זיי זענען גרייט צו גיין מיטן קאפ אין די וואנט. מ'דארף זיי בלויז לאזן אויסבלוטיגען ביז צו די בעפארשטיינדע וואלן, און זיי דאן גענצליך ארויסשטויסן פון די רעגירונג, און אנהייבן א נייעם קאפיטאל... ביזדערווייל דארף מען זיך בלויז קאנצעטרירן צו ברענגען די הויפט ליבעראַלע קאנספירער צו יוסטיץ....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר