דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 12:03 pm

ליטוואק: להוסיף לדבריך. כ'האב פונקט נעכטן געזעהן א קליפ פון א ווילדע צולאזטע און צעיושעטע הפגנה אין בית שמש. וואו די דעמאנסטראנטן האבן געשריגן פאר די פאליציי..."נאצים, כלבים"... און די פאליסלייט האבן אינגאנצן נישט רעאגירט. איינער האט געפאכעט מיט זיין הוט אין די אויגן פון דעם פאליסמאן. בשעת ער לאזט ארויס זיינע ווילדע קללות און דער פאליסמאן רעאגירט אינגאנצן נישט. שפעטער ווען די צולאזטע , צעיושעטע חברה פון ליידיגגייערס נעמען לויפן ווילד, שטופן זיי די פאליס צוריק. בכלל נישט ווילד. אן זאגן א ווארט. זיכער. ווען זיי ברענגען די פאליס ארויס פון די כלים כאפן זיי אמאל אפאר קלעפ אויף די מחילה...!

ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט. און אפילו דאמאלס האבן זיי אויך נישט אויפגעהערט. דער טאטע האט טאקע אויפגענומען לאיערס. און זיי געבן אריין א ציווילע לאו-סוט אקעיגן די פאליס. אבער בדרך כלל זענען זיי איינגעהאלטן...!

זאלל נאר דאהי אדער אין סיי וועלכע שטאט א דעמאנסטראנט פרובירן צו שרייען אויף א פאליס אז ער איז א נאצי אדער א הונט, כאפט ער א רוק אז זעהט זיך מיט זיין באבע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג יוני 25, 2019 10:11 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13139
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 12:07 pm

און זאלל דער קא*ק לעפל קוועטשן אז מ'פארדרייט די נושא. דאס הייסט נישט פארדרייען די נושא. דאס הייסט פארשטאפן דאס מויל און צענזורירן. נישט דעבאטירן...דא איז נאך דערווייל נישט דא א שטארקע און איינזייטיגע צענזור. (ס'הייבט אן). און מ'מעג ארומרעדן א סאבדזשעקט פון אלע זייטן וכל המסתעף...או.קעי...קק"ל (און ס'מיינט נישט קרן קיימת לישראל.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13139
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 12:09 pm

ו.ב.י.ל.כ.ל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 24, 2019 12:11 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט.

אין אנדערע נייעס... נאכדעם קומען זיי נאך מיט טענות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1698 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 12:13 pm

קק"ל: זאג שוין עפעס צו דער זאך. בילעכל און דרילעכל האמיר שוין געהערט הונדערטער מאל. זיי עפעס מחדש....ד.פ.א.ט...אכיה"ר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13139
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 12:15 pm

ו.ב.י.ל.כ.ל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 12:17 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אויסנאמען אויך. ווען ביי א לעצטיגע דעמאנסטראציע האט א שיקסע פון די פאליס געטענה'ט אז דער אויטיסטישער בחור האט איהר ..."געטאטשט"...האבן זיי אהם צוקלאפט די ביינער ביז ס'האט איהם באגאסן דאס בלוט.

אין אנדערע נייעס... נאכדעם קומען זיי נאך מיט טענות.

רביה"ק זי"ע: ס'איז נישט אמת. דער בחור איז יא אויטיסטיש. מ'קען דאס זעהן אויפ'ן קליפ. ער נעמט זיך שרייען ..."מאמי", "מאמי"...! און די פאליס האקן אריין אין איהם ווען ער שטייט שוין אנגעלאנט אויפ'ן פאליס קאר. נאר לאור פון דעם מצב וואלטן די עלטערן אדער די מחנכים געדארפט מאכן זיכער אז ער געפונט זיך נישט ביי קיין ווילדע הפגנות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13139
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 12:33 pm

קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 12:40 pm

די געזעצן פון א לאנד דארפן אין יעדענספאל רעספעקטירט ווערן. מ'קען נישט אריינקומען אומלעגאל אין לאנד. און א לאנד קען נישט עקזעסטירן מיט אפענע גרענצן. פינטל.

מענטשען לויפן פאר זייער לעבן? ס'איז ווירקליך א טראגעדיגע. זאל דאן דער רעפרעזענטן הויז דורכפירן שטאנדהאפטיגע און גערעכטע געזעצן וועלכע זאלן בייהילפיג זיין פאר פליכטונגען אין געפאר. אויב זיי האלטן אז אז יעדער וואס זאגט אז ער איז געפאר און לויפט פאר זיין לעבן איז דאס אמעריקעס פראבלעם.
קיין הפקר וועלט קען נישט זיין.

די איינציגסטע אורזאך פארוואס זיי טוען דאס נישט, ווייל זיי ווילן אז אימיגראנטן זאלן שטומען פאר די דעמאקראטישער פארטיי...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 24, 2019 12:49 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

דו רעדסט אוודאי פון דעם בירגער קריג אין סיריע, וואו אפאר יאר צוריק האט איין צד אנגעפאנגען גובר צו זיין און די אנדערע צד האט אנגעפאנגען מאכן א ריקצוג, און זיי זוכן צו אנטלויפן צו אנדערע לענדער. דאס איז בכלל נישט דומה לדומה צום האלאקאוסט, ס'איז מער דומה צום מעשה פונעם קאזאק הנגזל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1698 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 12:53 pm

ניין, איך מיין צענטראל אמעריקאנער לענדער, כגון גואטאמעלא. און די פליטים פון סוריא זענען נישט די קאזאקען, זיי זענען סתם בירגער.

מר קאך ובילכ"ל, יא ממש אזוי האט קענעדדי געטענה׳ט ביים צוריק שיקען דער שיף. און אזוי האט breckenbridge long געטענה׳ט. געזעץ איז געזעץ, גיי שטארבען. דאס איינפיהרען אין לאנד א מהלך אז פרעמדע קומען איבערנעמען, און מ׳דארף זיך שיצען, ווען זיי זענען אין געפאר פון זייער לעבען, איז אויף וואס זיי שרייען ׳נעווער עגעין׳. און מיר אידען דארפען ערשט זיין סענסיטיוו צו די זאכען.
אז איינער פארלעצט די געזעץ פאר פת לחם, פאר זיין לעבען, דארף מען פארשטייען אז אראפ קומען בכל חומר הדין איז אן אכזריות, און עס העלפט קיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 1:14 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, איך מיין צענטראל אמעריקאנער לענדער, כגון גואטאמעלא. און די פליטים פון סוריא זענען נישט די קאזאקען, זיי זענען סתם בירגער.

מר קאך ובילכ"ל, יא ממש אזוי האט קענעדדי געטענה׳ט ביים צוריק שיקען דער שיף. און אזוי האט breckenbridge long געטענה׳ט. געזעץ איז געזעץ, גיי שטארבען. דאס איינפיהרען אין לאנד א מהלך אז פרעמדע קומען איבערנעמען, און מ׳דארף זיך שיצען, ווען זיי זענען אין געפאר פון זייער לעבען, איז אויף וואס זיי שרייען ׳נעווער עגעין׳. און מיר אידען דארפען ערשט זיין סענסיטיוו צו די זאכען.
אז איינער פארלעצט די געזעץ פאר פת לחם, פאר זיין לעבען, דארף מען פארשטייען אז אראפ קומען בכל חומר הדין איז אן אכזריות, און עס העלפט קיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ניין נישט קענעדי, נאר ראזעוועלט אייגענליך אויך א ליבעראלער...

און ער האט דאן אגרומענטירט, אז מיטן אריין לאזן די אידישע פליכטונגען פונעם סענט לואיס אין די פאראייניגטע שטאטן, וועלן די אידן אין דייטשלאנד וועלכע האבן געווארט אויף וויזעס ליידן. אמעריקע האט אין יענע יארן בלויז אריינגענומען א באגרעניצטע צאל פליכטונגן פון יעדע נאציאן און ראסע.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 pm

מ'דארף יעדעם איינעמען. אבער מיט א סיסטעם. לעגאל, און געזעצליך. די אידן אויפן סט לואיס האבן נישט געהאט קיין אמעריקאנע וויזעס, זייער רייזע פלאן איז געווען קובא, און נישט אמעריקע.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 1:24 pm

וואס דארף דאס צו מיינען? אז ער איז גערעכט געווען? אז מיין זיידעס האבען געמוזט שטארבען צוליעב דער געזעץ? און מיר אידען זאלען דאס נאך שטיצען?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 24, 2019 1:48 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווענדט זיך פון וואו איר שעפּט אייער נייעס. אז איר לאזט זיך פיטערן מיט נייעס וואס איז אומריכטיג און נישט איבערצייגנד דאן וועט איר טאקע פארשטיין אז ס'איז אזא גרויסע פראבלעם. אבער ווי ווייט איך בין איבערצייגט איז א מערהייט פון די א''ג פליטים בכלל נישט אין קיין לעבנ'ס געפאר. אויך פארשטיי איך אז סיי ווער ס'איז אין א לעבנ'ס געפאר קען זיך איינמעלדן לעגאַל און אדורך גיין א ספעציעלע פראצעס פאר אסילום. איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם פראצעס מיט הצלחה.

ס'איז כדאי איר זאלט אנרופן סיי וועלכע אימיגראציע אדוואקאט און אנפרעגן, וועט איר הערן אז די אמת'ע סיטואַציע איז פונקט פארקערט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 24, 2019 2:01 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דארף דאס צו מיינען? אז ער איז גערעכט געווען? אז מיין זיידעס האבען געמוזט שטארבען צוליעב דער געזעץ? און מיר אידען זאלען דאס נאך שטיצען?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די טוסט גענוי וואס קארטעז טוט די פארגלייכסט זאכן וואס זענען נישט קיין צושטעל...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 2:38 pm

קורקלענד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווענדט זיך פון וואו איר שעפּט אייער נייעס. אז איר לאזט זיך פיטערן מיט נייעס וואס איז אומריכטיג און נישט איבערצייגנד דאן וועט איר טאקע פארשטיין אז ס'איז אזא גרויסע פראבלעם. אבער ווי ווייט איך בין איבערצייגט איז א מערהייט פון די א''ג פליטים בכלל נישט אין קיין לעבנ'ס געפאר. אויך פארשטיי איך אז סיי ווער ס'איז אין א לעבנ'ס געפאר קען זיך איינמעלדן לעגאַל און אדורך גיין א ספעציעלע פראצעס פאר אסילום. איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם פראצעס מיט הצלחה.

ס'איז כדאי איר זאלט אנרופן סיי וועלכע אימיגראציע אדוואקאט און אנפרעגן, וועט איר הערן אז די אמת'ע סיטואַציע איז פונקט פארקערט.
איך ווייס נישט וואס א לאויער קען מיר זאגען אויף וואס פאסירט, יענער קען מיר עאר זאגען די געזעץ

עכ"פ מאכט עס נישט אויס. דער נידון איז יעצט צו מ׳זאל זיך פיהרען אזוי צו נישט. זאגסט די מציאות איז נישט ווי זי זאגט, איז עס אן אנדערע טענה. אבער זאגען ׳אזוי איז די געזעץ׳ מיינט אז מ׳האט זיך גארנישט געלערנט פון די האלאקאוסט, און דאס טענה׳ט זי. נישט ווייל עס איז די זעלבע, נאר ווייל די זעלבע טענות ווערען איבערגחזר׳ט. ׳די געזעץ׳ איז נשט קיין אויסרייד זיך אוועק צו קוקען פון מענטשליכע צער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 24, 2019 2:52 pm

די געזעץ איז קלאר יא א לעגיטימע סיבה אוועק צו קוקן אויף מענטשליכע צער. פארשטייט זיך אבער אז ס'ווענדט זיך ווי גרויס די צער איז וכו'. דעס איז דא די נידון!

אין אלענספאל איז די פראבלעם דא נישט קיין פיקוח נפש. א גרויס חלק פון די חורבן איז אז די דעמאקראטן זעלבסט מארקטן די דרום גרעניצן ווי עפעס איין איינטריט צו א גן-עדן. וואו ווער ס'זאל עס נאר אדורך גיין וועט באקומען פרייע מעדיצין, פרייע פלעגונג, פרייע וואוינונג, און פרייע עדיוקאציע. אזעלכע זאכן וואס נישט נאר מיר בירגער זענען נישט ערלויבט צו באקומען, נאר מיר באצאלן נאך דערפאר אויך! זיי לוינט עס פאליטיש און פאר אונז נישט. ווען ס'זאל נאר נישט זיין אזא גן-עדן דארט, וואלט די גאנצע קריזיס ניטאמאל עקזיסטירט! נישט גן-עדן מיינט נישט אז ס'דארף זיין א גהינם, אבער פארט ברויך מען זיי נישט צו טיילן אזעלכע בענעפיטן אן קיין שום חשבון.

ס'וועט אייך אבער נישט בייפאלן צו באשולדיגן די דעמאקראטן אויף זייער פאליסי.

אבער איר װילט דאך נישט פארשטיין די מציאות. איר ווילט זיך האלטן צו א ספעציפישע אידיאלאגיע, ממילא וועט איר אלס אריינפירן וויאזוי ס'קומט אייך אויס גוט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 3:50 pm

אויף יעדער זאך גייט מען זוכען בלעים. ווילסט הייסען די דעמאקראטען צו אויפהערען אדווערטייזען אין גואטאמעלע אז מ׳זאל קומען קיין אמעריקא? פיין. דאס איז אבער נישט די נושא.

אוף יעדער נושא טרעפט מען עפעס מסיח דעת צו זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 24, 2019 5:06 pm

ביי אייך איז די גאנצע נושא צו דערנידערן טראמפּ, אבער כדאי זיך צו בארעכטיגן מאכט איר א עסק פון עפעס א הומאניטארישע קריזיס, און אנגעבליך שרייט איר אז טראמפּ איז די רוצח! די סעקונדע אבער וואס מ'איבערצייגט אז ער איז בארעכטיגט און א צווייטער איז מעגלעך שולדיק גייט איר אוועק פון די דבר העומד על הפרק צוריק צו פאוקוסן אויף די נושא פון דערנידערן טראמפּ.

זאג נאר, איר זענט אמאל געווען איבערצייגט אז די רוסן האבן געהאלפן טראמפּ און אז מולער גייט עס דעמאנסטרירן. איר האלט נאכאלץ אזוי?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 24, 2019 6:21 pm

און אין די אשכול וועגן די רוסן, וועסטו קענען ארויף ברענגן קארטעז.
האלט זיך צום נושא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 24, 2019 7:08 pm

הא גופא איז די נושא טאקע, אז ס'נישט דא קיין נושא, ס'איז אלץ נאר תירוצים אויף משוגע מאכן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1698 מאל

Re: דער שאנדפולער פארגלייך צו קאָנצענטראַציע לאגערן:

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 25, 2019 1:49 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מענטשן אנטלויפן פאר זייער לעבן? אדער מענטשן לויפן פאר א בעסערע לעבן? שטייען די אלע מעקסיקאנער אויס די טויט? וואס האקסטו?
איך קען דיר נישט זאגען קיין פרטים צו קיין כללים, אבער אויף די נייעס רעדט מען פון מענטשען וואס אנטלויפען פון גענג ווייאלענס און לעבענס סטראשונגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפי' די מענטשן וואס זענען טאקע אין א סכנת חיים זענען געווענליך שוין נישט אין קיין סכנה ווי נאר זיי קומען אן קיין מעקסיקא.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יוני 25, 2019 9:08 am

ליטוואק האט בארירט עטליכע זאכליכע פונקטן – וועלכע זענען ווערט עטוואס אויסצוקלארן.

אימיגראציע אין א תורה'דיגער בליק:

די תורה הק' זאגט אונז אין פרשת כי תצא - וַאֲהַבְתֶּם אֶת הַגֵּר כִּי גֵרִים הֱיִיתֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם, איר זאל ליבן אימיגראנטן ווארום אימיגראנטן זענט איר געווען אין לאנד עגיפטן. און נאך מער די תורה האט גלייכצייטיג אראפגעשטעלט פארשידענע סאציאלע פראגראמען צו העלפן פאר די אימיגראנטן. יעדער גוט-באזיצער אין ארץ ישראל איז פארפליכטעט צו ערלויבן פאר אימיגראנטן צו קלויבן פון זיינע ווייץ פעלדער איינצעלע זאנגן און פארגעסענע בינטלך, און איינצעלע טרויבן פון די וויין גערטער, אד''ג. אבער דאס איז בלויז אויב דער אימיגראנט געפונט זיך לעגאל אין ארץ ישראל און ער איז אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פונעם לאנד – וואס איז דאן געווען די זיבן געבאטן וואס אלע אפשטאמיגע פון נח זענען פארפליכטעט איינהאלטן.
ליב האבן און העלפן אימיגראנטן איז א אידישער שטייגער.

נאך די שרעקליכע פראגראמען אין אייראפע, הויפזעכליך נאך די פראגראמען אין קעשענוב - האבן מאסן רוסישע אידן זיך אויפגעהויבן פון רוסלאנד אין אימיגרירט קיין אמעריקע - וואו זיי זענען ערפאנגן געווארן מיט אפענע ארעמס דורך די איינוואוינער פון לאנד. נאך די ערשטע וועלטס קריג האט אמעריקע צוליב פארשידענע אורזאכן עטוואס פארשלאסן אירע טויערן פאר פרישע אימיגראנטן און די מאסיווע אמיגראנטן פלייץ איז געקומען צו אן ענדע.

ווען די פארפאלגונגען אויף אידן האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד האבן מאסן אידן געוואלט פליכטן קיין אמעריקע, אבער צום באדויערן זענען די טויערן פון אמעריקע געווען פארשלאסן! פארט האט אמעריקע יא אריינגעלאזט נאנט צו צוויי הונדרעט טויזענט אידן! דער האולאקאסט איז געווען גאר א זעלטענעם אויסנאמס-צושטאנד, און אמעריקע האט דאס ליידער נישט גענוג ערענסט אויפגענומען. און ציגאב איז אמעריקע דאן אויך געווען אונטער די איינפלוס פון וויסטע אנטיסימטן, די קענעדי'ס און די פארדס זענען דאן געווען פון די איינפלוסרייכסטע לייט אין לאנד. פרעזידענט ראזעוועלט זעלבסט, איז אויך געווען ווייט פון א אידן ליב-האבער.
ראזעוועלט איז געווען ריכטיגער ליבעראלער – ער איז געווען פון דיתלמידים און נאכפאלגער פון די טאטע פון די דעמאקראטישער פארטיי, פרעזידענט זשעקסאן - וועלכער איז געווען א וויסטער אנטיסמיט. ער האט הייליג געגלייבט אין די זעלבע וואס היטלער האט געגעלייבט. אייגענטליך,דער אנטיסמיטישער גייסט האט זיך נאכאלס נישט אפגעטאן פון די דעמאקראטישער פארטיי ביז צום היינטיגן טאג. דאס אנטיסמיטזם וואס מ'הערט היינט פון די ליבעראלען איז נישט קיין נייע ערשיינונג. דערפאר האט אמעריקע נישט געוואלט אנערקענען דאס אויסנאמס-צושטאנד וואס האט באטראפן דאס אידישער פאלק, איז די טויערן פון די פאראייניגטע שטאטן איז געבליבן הערמעטיש פארשלאסן פאר אידישע פליכטונגען פון אייראפע, ביז פרעזידענט טורמאן האט דאס ענדליך באוויליגט צו עפענען,אבער דאן איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

היינט צו טאגס הערשט נישט קיין אויסנאמס-צושטאנד אין צענטעראל אמעריקע, די רעדע איז זיכער נישט פון קיין האולאקאסט. און די דאזיגע וואס זאגן אז יא טוען דייטליך מינימוזירן דעם האולאקאסט. די שטעלע פון די אמעריקאנער רעגירונג איז גענוי ווי עס שטייט אין די תורה: אימיגראנטן זענען באוויליגט אריינצוקומען און צו וואוינען אין אמעריקע, אבער בלויז אויף א געזעצליכע וועג. און אין פאל פון אן אויסנאמס-צושטאנד איז די רעפרעזאנטן הויז פארפליכטעט צו שאפן געזעצן עטוואס מער צו עפענען די טויערן פון אמעריקע פאר אימיגראנטן וואס אנטלויפן פאר זייער לעבן. און לאמיר זאגן אז עס הערשט יא א אויסנאמס-צושטאנד אין צענטעראל אמעריקע, פארוואס טיט דער רעפרעזאנטן הויז גארנישט? און זיי האבן נאך די פרעכהייט צו פארגלייכן די אויפהאלטונג צענטערן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן צו קאָנצענטראַציע לאגערן? און די גרענץ וואך צו די געסטאפא? און אנדערע ווערטער די ליבעראלן אינעם רעפרעזאנטן הויז זענען די גרעסטע היפאקריטן וואס דער וועלט האט נאר אמאל געזען, זיי זענען געפארפול פאר די מענטשהייט און פאר די גאנצע ציוויליזאציע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 28, 2019 5:45 pm

למעשה האט בענעט איינער פון די דעמעקראטישע קאנדידאטן איינער וואס איז א זוהן פון א האלאקאסט סערווייווער יא פארגליכן די קאנצענטראציע לאגערן צו טראמפס לאגערן נעכטן ביי די דיבעיט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1479
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט