בלאט 1 פון 1

בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 8:02 pm
דורך לבי ובשרי
כ'בין געווען זיכער אז דא וועט שוין ערגעצוואו זיין אן אשכול, אין וועלכע עס וועט אויסגעשמועסט ווערן דער נייער חק וועלכע גייט אריין אין קראפט אין די וואכן, וואס קיין ספק אז נשים צדקניות, נישט אידישע און יא אידישע וועלן האבן דערפון אסאך לייד און שוועריגקייטן.

די רעדע איז פון אפשליסן די נוירסערי אפטיילונג אין די שפיטעלער. און דאס פריש-געבוירן קינד זאל תיכף נאכ'ן געבורט צוריקגעקערט ווערן צו די עלטערן וועלכע וועלן זיך מטפל זיין מיט דאס קינד.

ביז איצט איז דער סיסטעם געווען, אז נאכ'ן געבורט פלעגן די נארוואס געבוירענע סארטירט ווערן אין נוירסערי ווי קראנקע-שוועסטער פלעגן זיך אפגעבן און באהאנדלען די קינדער, אזוי אז די אפגעמוטשעטע מוטער זאל קענען קומען צו זיך און זיך נישט דארפן ספראווען.

פארהאן וועלכע טוען אנדייטן דער אורזאך פונעם דיזן געזעץ, אז דאס איז צוליב וואס עס פעלט היינט היפשע קשר צווישן עלטערן און קינדער, (bonding בלע"ז), און איינס פון די פילע פעולות אינעם לאנגן קייט איז דאס שענקן די קינדער פאר די עלטערן גלייך נאכ'ן געבורט, אזוי זאלן די עלטערן זיחן מער געבינדן צו די קינדער.

אט דער אקט איז שוין אויסגעפירט געווארן אינעם בארימטן מיימאנעדיס שפיטאל וואו עס ווערן געבוירן צענדליגער טעגליך און האלט אינמיטן ווערן אויסגעפירט אויך אין אנדערע שפיטעלער.

אינטערעסאנט און שפאנענד צו די עלטערן וועלן נאך פארזעצן צו לויפן אינעם נעבנדיגן רמב"ם שפיטאל, אדער וועט דאס האבן קינדער אינדערהיים ווערן מער א דבר נפוץ. און בכלל ווי אזוי וועט דער פראבלעם וואס ברענגט אזויפיל שוועריגקייטן פאר די הייקעלע און אויסגעמוטשעטע מאמעס געלעזט ווערן.