בלאט 1 פון 1

היסח הדעת אין פאליטיק

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2019 8:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון די חכמות פון פאליטיק איז מסיח דעת זיין דער עולם פון וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת. וכדברי zaphod beeblebrox הידועים, the job of president is not to wield power, but to deflect attention from those who do.

די לעצטע אמעריקאנער פרעזידענט איז א מומחה אין דעם, און אין די לעצטע יארען איז די נייעס פול מיט אומוויכטיגע נייעס, וואס מאכט גארנישט אויס פאר די לאנד. און קלוגע מענטשן פאלען אריין אין דעם. די אשכול איז פאר אזעלכע סארט נייעס, פון נארישע אויסדרוקען ביז טפשות׳דיגע טוויטס און אומפאסיגע קליידער. אלס וואס מ׳מאכט דערפון א טראסק, און עס מאכט גארנישט אויס פאר די מענטשהייט.

היינט קומט פאר א פאראד עין וואשינגטאן די.סי. דער פרעזידענט האט מחליט געווען אז ער וויל א מיליטערישע פאראד, אזוי ווי די דיקטאטורן מאכען אין זייער לענדער. אז מ׳שמועסט אויס די מעשה, איז עס טאקע א חלק פון די נידריגע חלק פון טראמפ. אבער ווי וויכטיג איז עס? עס טוט זיך דא א לאנד מיט טריליאנע דאללארען און מיליאנער מענטשן, וואס האבען געברויכען און חשבונות. איז די פאראד עפעס וויכטיג?
היינט האט א ריזיגע מיינינג קאמפאני זיך באנקראטירט, און אסאך מיינערס, ארימע ארבעטארערס, האבען נישט קיין ארבעט און נישט קיין אויסזיכטען פון ארבעט. איז דאס דען נישט וויכטיגערעא נייעס ווי א קינדערישע פאראד?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk