בלאט 1 פון 1

פייגלעך עגזיסטירן נישט

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 2:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א באוועגונג אין אמעריקא וואס גלויבט אז אין די י' יארען האט דער רעגירונג אויסגעהרג'ט אלע פייגלעך אין אמעריקא, און געמאכט סינטעטישע פייגלעך, וואס זיי האלטען אין איין כאפען בילדער פון אלס וואס טוט זיך אין דער וועלט.

זיי האבען געלייגט א ריזיגע בילבארד אין מעמפיס
birdsarentreal.png
birdsarentreal.png (63.17 KiB) געזען געווארן 2784 מאל


און זיי זוכען צו פארשפרייטען זייער מיינונג אומעטום. זיי האבען ב"ה א וועבסייט, ווי מ'קען אלסדינג ליינען.

[center]Recent surveys have revealed that 99.5% of the general public still believe in "Birds." I know, I was shocked too. That said, it is our DUTY as Bird Truthers to remove the blinders from their eyes and welcome them into the light of the truth. Together, we can shift society's perception of what flies above us.[/center]

עס איז טאקע א שאנדע אז 95% גלויבען נאך אין פייגלעך, און זיי האבען אסאך ארבעט צו לייגן דערין. דער וואס וויל צולייגען א פלייצע, און גיין א טי-שוירט אדער הענגן צעטליך איבעראל אז פייגלעך עגזיסטירן נישט, למצוה רבה ייחשב צו פארשפרייטן די אמת.