איר זענט נישט ריינגעוואשן:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

איר זענט נישט ריינגעוואשן:

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 25, 2019 8:39 am

די נעכטיגע פארהערן פון מוללער אינעם רעפרעזאנטן הויז האט ממש פאראורזאכט א סענזאציע! דאס אמעריקאנער באפעלקערונג געפונט זיך אצינד אין טיפן שאק! מיר זענען אלע געפונען געווארן שולדיג אין די אויגן פון געזעץ, מיר זענען איבערנאכט פארוואנדלט געווארן צו די ארגסטע קרימענאלן אויפן ערד-פלאנעט, און מיר שטייען ווארשיינליך אויס אומפוטש ווערן אינעם רעפרעזאנטן הויז - צוליב אונזערע אויסטערלישע פארברעך וועלכע מיר זענען אנגעבליך באגאנגן.

די איינציגסטער פארברעך פונעם פרעזיעדענט – וואס די ליבעראַלע-אגרעסארן האבן באוויזן ארויסצוקוועטשן פונעם צוקאלישטן,צומישטן, צוקעקעצטער מוללער איז געווען – אז דער פרעזידענט איז נישט פולשטענדיג ריינגעוואשן פון שטערן יוסטיץ. די כאפטע ליבעראַלע אויספארשער און אדוואקאטן וועלכע האבן אנגעפירט מיטן לאנג-יאריגער טייוול-געיעג קעגן דעם פרעזידענט און זיין פאמיליע, האבן צו זייער גרויס קלעם נישט באוויזן אויפצוקומען מיט גארנישט – בלויז מיטן נישט ריינוואשן דעם פרעזידענט פון שטערן יוסטיץ!

ווי קאמיש איז געווען דאס בילד צו זען ווי איינע פון די עלטערע לעגיסלאטארן וואס זיצט אויפן שפיאנאזש קאמיטע – האט נעכטען ארויפגעפאקט אויפן טיש א הויפן פון אמעריקאנער געזעץ ביכער, און די קאנסטעטוציע, און זיך אנגטאן די האלבע בריל און זארגפוליג גענישטערט אין די פארגעלטע געזעץ ביכער, וואו דאס געזעץ אז עמיצער מוז ריינגעוואשן ווערן דורך א פּראָקוראָר געפונט זיך. ער האט באשיינפערליך גארנישט געקענט טרעפן, ווארום אזא געזעץ איז נישט פארהאן אין קיין שום דעממאקראטיש לאנד, אז עמיצער איז שולדיג ביז ער ווערט נישט ריינגעוואשן ווערן דורך א פּראָקוראָר... אין די אויגן פון געזעץ איז יעדע מענטש אומשולדיג, ביז ער ווערט פאראורטיילט שולדיג. דאס אז עמיצער מוז ריינגעוואשן ווערן דורך א פּראָקוראָר איז א נייע אויסטרעף וואס דער ליבעראַלער שלאנג ענדרו מייזמאן האט ערפונדען, בלויז אויף צו קענען באשולדיגען דעם פרעזידענט מיט עפעס אן אנגעבליכער פארברעך. אייגענטליך, נישט בלויז דער פרעזידענט איז שולדיג, נאר יעדער איינציגער בירגער אין אמעריקע איז שולדיג, נעמליך, ווי לאנג איר ווערט נישט ריינגעוואשן ווערן דורך א ליבעראַלער פּראָקוראָר זענט איר פולשטענדיג שולדיג! אומגלויבליך.

און תלי''ת כ'האב געפונען סמוכין לדבריהם, נישט אזוי גענוי אבער עטוואס...

דער הייליגער רמב''ם שרייבט אין זיין פירוש אויף משניות אין מסכת פרה – אז עמיצער וואס איז אמאל געווען טמא און איז גערייניגט געווארן דורך אפר הפרה, איז אין פול א העכערע מדרגה ווי עמיצער וואס איז אין זיין גאנץ לעבן קיינמאל נישט טמא געווארן. ווארום א מענטש וואס ווערט גערייניגט דורך אפר הפרה, איז די תורה הק' זעלבסט מעיד אויף אים אז ער איז טהור, דאקעגן פון א מענטש וואס איז קיינמאל נישט טמא געווארן.

ווי עס שיינט האט ענדרו מייזמאן גענומען זיין לעגאלע-טערמינאָלאָגיע טאקע פון דעם דאזיגען רמב''ם, ווארום אין די אמעריקאנער געזעץ ביכער איז אזא געזעץ נישט פארהאן.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1870 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:06 pm

ווען צוויי גייען אריין אין א שטוב, איינער קומט ארויס מיט א מעסער, און אויף דער מעסער טראפט בלוט, און דער צווייטער איז טויט, ווערט ער נישט חייב,ַַ און אויך נישט ריינגעוואשן.

דאס איז אסאך א שטערקערע משל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1908
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט