בלאט 2 פון 3

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:40 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: און וואס זאלל דער עלטערער ברודער טון...? דרייוון א יעללאו קעב אדער זיין א חבר אין א רוסיש אידישע קאר סערוויס...?! שוין. א קליין בעסמעדערש'ל אין א בעיסמענט ערגעץ אין פלעטבוש...! דאס איז שוין בהסכמת הרב משה גבאי שליט"א...! דאס דערמאנט מיך די מעשה מיט דעם רבי און זיין בעל עגלה...אוי. כ'האב נישט קיין נערוון עס איבער צו דערציילן יעצט...!


דער ברידער פון וועם די רעדסט האט זיך גאנץ פיין מסדר געווען, טאקע נישט ווי ער האט גע'חלומ'ט פאר צוואנציג יאר צוריק אבער ער'ז אקעי

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 6:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז געוואלדיג צו ליינען ווי מ׳קען שפילען מיט דער נאראטיוו און אלע פאקטן שטימען א מחיה. דער וואס פארשטייט די נקודה, פארשטייט שוין וויאזוי אויסצוקומען מיט אנדערע, און וועט האבען א גליקליכע לעבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:05 am
דורך אישתישבי
ב.ד.וו. אז מען רעדט דא פון התאחדות, איז דא א ליסטע פון אלע רבנים וואס זענען חבר נשיאות דארט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:40 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי ולכל מאן דבעי למידע: איכ'ל דיר געבן א טיילווייזע ליסט...דער הייליגער קא-פישער. דער הייליגער אראדער. דער הוידו נאנאש'ער. דער העטיעש פעטיעש'ער.דער האטיאש לאיאש'ער.דער שאראש פאטאק'ער. דער סאראקראד'ער. דער סאראש גאטיאש'ער....ועוד...! אה...וועל כולם...איצא שייגעץ...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:54 pm
דורך קאך_לעפל
דאס אויפנאמע פון רבי זלמענען פאר נשיא איז דער קליגסטער און ערליכסטער שריט וואס הרב איצא אומגליק איז נאר אמאל באגאנגן אין זיין גאנץ לעבן. שטעלט אייך ווען פאר ווען ער נעמט ווען אויף א תלמוד חכם אלס נשיא? ווי פארשעמט און דערנידערט וואלט דער תלמוד חכם ווען געווארן מיטן דינען אויף אזא שאנדפולע פאזיציע...

דער אויפנאמע פון הרב איצא אומגליק, ווערט אויסטערליש גראטולירט און באגריסט, ביי איטליכער וואס פארמאגט נאך ג-ט אין הארצן, און א געפיל פאר כבוד התורה... אשריך רבי איצא...

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 3:22 pm
דורך גדליה
קאך לעפל איר זענט נאך שטעקן אין דער פינצטערער מיטל אלטער ווי איצא גליק פיהרט התאחדות
דאס מאכט האט זיך שוין געביטן עטליכע מאל
גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 3:43 pm
דורך calculator
גדליה האט געשריבן:גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.


גיב אבאך אויף כבוד התורה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:קאך לעפל איר זענט נאך שטעקן אין דער פינצטערער מיטל אלטער ווי איצא גליק פיהרט התאחדות
דאס מאכט האט זיך שוין געביטן עטליכע מאל
גראדע האלט איך אז רבי זלמן לייב וועט זיך גוט פארשטיין מיטן ציגאר רויכערער פון דעם שטאט סערדאהאלי וואס געפינט זיך אין עיר הבירה נייטרע.

גדליה: איך געדענק נאך ווען דער (נ)יש קדוש וטהור דער הייליגער סערדאהעלער איז נאך ארומגעלאפן אין די גאסן מיט די קליינע פיאה'לעך וואס זיינע וואננא-בי-סטייליש עלטערן האבן איהם געמאכט. און דעם צונאמען וואס די חברים האבן איהם גערופן...! (און עטץ נאראנים האבן געמיינט אז ער איז א קדוש מרחם אמו..., הא?!).

(דער בעל עגלה זאגט שוין אויס צופיהל סודות פון חדר...!)

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:(דער בעל עגלה זאגט שוין אויס צופיהל סודות פון חדר...!)

אדרבה, גיב ארויס נאך סחורה.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: גלייב מיר ס'איז דא ב"ה גענוג און נאך סחורה. נאר איך הייס נישט נחום. אבער דער העיליגער סערדאהעלער ווערט היינט ביי די פשוטי עם ותמימי לב פאררעכנט פאר'ן העיליגסטן איד אין דעם דור פון די וועלכע טוישן נישט די ר"ת גאטשעס משבת לשבת. קא משמע לן לאזט ער מיך הערן א ער איז נישט אייביג געווען אזא קדוש וטהור. ספעציעל ביי זיינע עלטערן וועלכע זענען געווען וואננא-בי-סטייליש. ער האט אלס יונגל געהאט גאנץ קורצע פיאה'לעך און געגאנגען אנגעטון גאנץ מאדערן...!

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:20 pm
דורך גראף
העי!! @בערל אויב ער איז גארנישט דעמאלסט קען איך נישט מער טראגן שבת אין ב.פ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
נישט דעם סערדאהעלער האביך געמיינט, ער איז דאך דער עכטער. חוץ דעם איז ער דאך א סאך עלטער פון מיר, נישט פון מיין דור.

איך רעד דא פון הרב הצדיק הקדוש והטהור ר' הילל וויינבערגער שליט"א...! א דו וועסט נאכפארשן וועסטו זעהן אז ער האלטציך אויך פאר א סערדאהעלער רב...!

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:37 pm
דורך גראף
אה ניחמטי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: ניחמתני כתיב...! שוין איז דאך גוט. די שמאכדעס רעכנטציך מער מיט די דיעות פון הילל וויינבערגער ווי מיט דעם עכטן גאון וצדיק...!

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:52 am
דורך yerushalmi
the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:30 pm
דורך איך אויך
Nusy who?

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:37 am
דורך yerushalmi
איך אויך האט געשריבן:Nusy who?

read the title

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:56 am
דורך קאך_לעפל
yerushalmi האט געשריבן:the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy


אין קורצן איז אזוי:

لماذا لا تكتب في اليديشية؟ هذا هو النظام الأساسي حيث جميع المناقشات في

כ'וועל שפעטער מער עקלערן.

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:24 am
דורך berlbalaguleh
דער הייליגער ריזשינער האט אמאל געזאגט אז פאר ביאת המשיח וועט זיין עטליכע אינטרעסאנטע זאכן. 1) די וועגענער וועללן פארן אן פערד. 2( דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. 3) די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד. 4) ס'וועט זיין עשירים אן געלט. 5) רבנים וואס קענען נישט לערנען...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 9:54 am
דורך yerushalmi
קאך_לעפל האט געשריבן:
yerushalmi האט געשריבן:the brother from monroe say that even 5 ppl will not come when they call for a protest maybe he is not interested to be nusy


אין קורצן איז אזוי:

لماذا لا تكتب في اليديشية؟ هذا هو النظام الأساسي حيث جميع المناقشات في

כ'וועל שפעטער מער עקלערן.

nu waiting

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
ఇది యిడ్డిష్ ఫోరమ్

יעצט פארשטייסטו שוין?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:58 am
דורך מאך זיכער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער הייליגער ריזשינער האט אמאל געזאגט אז פאר ביאת המשיח וועט זיין עטליכע אינטרעסאנטע זאכן. 1) די וועגענער וועללן פארן אן פערד. 2( דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. 3) די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד. 4) ס'וועט זיין עשירים אן געלט. 5) רבנים וואס קענען נישט לערנען...!

די לעצטע צוויי גראמען נישט...

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער: ס'מוז נישט גראמען. די עיקר איז אז ס'איז אמת...!

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 3:51 am
דורך מאך זיכער
הלוואי זאל כאטש די צווייטע ווערן מקוים ביי מיר...

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:20 am
דורך yerushalmi
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ఇది యిడ్డిష్ ఫోరమ్

יעצט פארשטייסטו שוין?

איך האב געשריבן זייער פשוט אז זיין ברודער איז נישט אינטרסירט לויט זיינע דרשות