ס׳ווענדט זיך ווער ס׳הארגעט און ווער ס׳ווערט געהארגעט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ס׳ווענדט זיך ווער ס׳הארגעט און ווער ס׳ווערט געהארגעט!

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 5:01 pm

היינט האט א צודרייטער ארבייטארער פון וואלמארט אין מיסיספי געשאסן צוויי מענטשען צום טויט און פארוואונדערט נאך אפאר מענטשען.

נעכטן אין קאליפארניע האט א צודרייטער געשאסן 3 מענטשען צום טויט.

וואס זאגן די רעפובליקאנער וואס שטיצן אז יעדע משוגענער זאל מעגן האבן הונדערט שיסער אן עס רעגיסטרירן ביי די גאווערמענט?

זיי זאגן וואס הייסט? מ׳דארף בויען א וואנט אז די מעקסיקאנער זאלן נישט קענען אריינברענגן קיין דראגס!


איי וועט איר פרעגן וואס וועט העלפן א וואנט?

אלע גרויסע דראג לאורדס האבן אריינגעברענגט דראגס קיין אמעריקע דורך sophisticated טונעלן א שטייגער ווי El Chapo???

איי וועט איר פרעגן? וואס דארף מען א וואנט וואס וועט קאסטן ביליאנען דאללערן ווען די גאווערמענט קען זיך באנוצן מיט די נייעסטע טעכנאלאגיע ווי drones וואס סקענט פון אויבן מיט לעזער (מיט וואס די ארכאלאגען באנוצן זיך) און קען פונקטליך אנווייזן וואס טוט זיך אינטער דער ערד, און וואו די חברה שמוגלען עס?

נאר א וואנט איז א ״סימבאל״ פון א צווישענשייד. היות די ווייסע רעפובליקאנער וואס האבן זיך באזעצט דא אינגאנצן איינס אדער צוויי דורות צוריק און שטונקען נאך פונעם שיף ווילן אנטיילן פאר אנדערע מענטשען וואס זענען אביסל מעהר ״טונקעל הויטיג״ וואו זיי מעגן זיך באזעצן און וואו נישט.

סאיז א פשוטע דיסטרעקשאן distraction פון די אמתע פאקטן און פון די ״מכת מדינה״ אז אין אמעריקע איז דא 25 פראצענט פון אומציוויליזרטע מענטשען וואס לעבן נאך ווי חיות מיט די פארצייטשע מענטאלעטי פון די reptilian brain
To kill or to be killed...
מענטשען וואס האבן מורא אריינצוגיין אין א לייבערי אדער א קאפע הויז אן א גרויסע מאשין-גאן ארום זייער אקסעל...

און זיי אלע האלטן נאך אז די גאווערמענט האבן נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אין זייער פריוואטע לעבן!


אבער וויאזוי האט דער רבי דזשאורש קארלין געזאגט?

...They want the government off their back’s

״זיי זענען אזוי מוראדיג שטארק פארנומען אז די גאווערמענט זאל זיך ח״ו נישט אריינמישן אין זייערע פריוואטע געשעפטן, אבער ווען ס׳קומט צו abortion האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך אריינצומישן אין יענעמס בויך אריין- ביז אין יענעמס קישקעס...! און זיי ווילן קאנטראלירן וואס מ׳זאל מעגן זאגן אויף די ראדיא און טעלעוויזע, זיי ווילן דיקטירן אז די קינדער זאלן מוזן דאווענען אין ״פובליק סקול׳ס״ און אז מ׳זאל נישט לערנען קיין עוואלוציע וואס איז א חלק פון היינטיגע ׳ביאלאגיע׳ און איז אנגענומען ביי די גאנצע נארמאלע ציוויליזרטע וועלט. זיי ווילן אז מ׳זאל ארעסטירן יעדער שמויגער ספעציעל אויב איז ער א שווארצער אדער א ספאנישער וואס נעמט דראגס ביי זיך אינדערהיים, און אז מ׳זאל אויסראטן די געי׳ס, זייער קולטור און זייער וועג פון לעבן״

!Go look for consistency in religion

ווען זיי זאגן אז די גאווערמענט זאל זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן, מיינען זיי צוזאגן:
״מיש דיך נישט אריין אין מיין וועג פון לעבן, נאר אין יענעמס וועג פון לעבן מיש דיך אריין״ ביסטו אנדערש פון מיר? זאל זיך טאקע די גאווערמענט אריינמישן אין דיין לעבן! נאר אין מיין לעבן נישט...

זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט הריגות און מיט סעקיורטי. ווייל אויב יא וואלטן זיי עפעס געטוהן פאר אמעריקעס פראבלעם מיט גאנס. זיי האבן א פראבלעם מיט ספאנישע און מינארטיס און זיי לייגן אן די שולד דורך פראפאגאנדע אז די ספאנישע זענען אלעס שולדיג פונקט ווי די נאציס האבן אלעס געבלעימט אויף די אידן.

״היינטיגע טראמפיזים איז נאציזים 2.0״

נאך א מזל סאיז דא סאושעל מידיע און אז בערך זעכציג פראצענט פון אמעריקע איז נישט מיט זיי. ווען נישט וואלט עס געוועהן מעהר ווייניגער ווי אוישוויץ...

ווער ווייסט צי ס׳וועט נישט אויפשטיין אין די נעקסטע 20 יאהר א טראמפ וואס גייט האקן אויף די אידן צי אויף א אנדערע מינארעטי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג יולי 30, 2019 5:35 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 30, 2019 5:31 pm

שוין דער סאציאליסטישער-דעמאגאג פון מאראמארש הייבט שוין ווייטער אן מיט זיין דעמאגאגיע...

יעדער אמעריקאנער בירגער האט א הייליגער פליכט זיך איינצוהאנדלן און צו טראגן וואפן. דאס איז די איינציגסטע וועג זיך זעלבסט צו באשוצן פון די כאשיש-אנגערייכערטע-ליבעראלן - וואס דרייען זין די גאסן און אטאקרירן אומשולדיגע קאָנסערוואַטיווער וועלכע האלטן אנדערש ווי זיי, און פארברענען אמעריקאנער פענער. די אויסשליסליכסטער לעזונג צו די מאסיווע מארד עפּידעמיע וואס בושעוועט ווי א ווילדער שניי זאווערוכע דא אין אמעריקע, איז בלויז וואפן, און מער וואפן, און גלייכצייטיג ברייטערע רעכטן זיך זעלבסט צו באשוצן און זיך צו פארטיידיגען פון וואנזיניגע באשעפענישן.

און יא~ בלויז א שטיינענעם מויער וועט אפהאלטן דאס אפפאל פון די סאציאליסטישע לענדער אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן אומלעגאל. ווילסט אריין קומען? פיין! מאך דיר א פאספארט. ווילסטו דאך נישט! די ווילסט דאך בלויז שווערצן, נא?! שווערצער ווערן פארשפארט אין טורמע. אוי... כ'האב דאך א קינד? זאג? איר האט שוין אמאל געזען א טורמע אפילו אין די ליבעראלע סאציאליסטישע לענדער - וואו מ'לאזט א פארברעכער זיצן אינאיינעם מיט זיין קינד? דארף מען דאך אהער שטעלן קינדער אנשטאטלטן, און דאס קאסט אוצרות געלט, און די פארשאלטענע סאציאליסטן האלפן אפ קאנגרעס צושענקן דאס געלט! ס'איז שוין די העכסטע צייט אויפצוהערן מיט די נארישע זינלאזע ליבעראלע שטירן אפפאל, ס'איז שוין אריבער יעדע גרענץ...

שוין.. אצינד גיי איך שוין דיאַגנאָזירט ווערן מיט פיר בוכשטאבן דורך פסיכיאטער שבת... שוין! ס'זאל זיין...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1624
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 5:44 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:שוין דער סאציאליסטישער-דעמאגאג פון מאראמארש הייבט שוין ווייטער אן מיט זיין דעמאגאגיע...

יעדער אמעריקאנער בירגער האט א הייליגער פליכט זיך איינצוהאנדלן און צו טראגן וואפן. דאס איז די איינציגסטע וועג זיך זעלבסט צו באשוצן פון די כאשיש-אנגערייכערטע-ליבעראלן - וואס דרייען זין די גאסן און אטאקרירן אומשולדיגע קאָנסערוואַטיווער וועלכע האלטן אנדערש ווי זיי, און פארברענען אמעריקאנער פענער. די אויסשליסליכסטער לעזונג צו די מאסיווע מארד עפּידעמיע וואס בושעוועט ווי א ווילדער שניי זאווערוכע דא אין אמעריקע, איז בלויז וואפן, און מער וואפן, און גלייכצייטיג ברייטערע רעכטן זיך זעלבסט צו באשוצן און זיך צו פארטיידיגען פון וואנזיניגע באשעפענישן.

און יא~ בלויז א שטיינענעם מויער וועט אפהאלטן דאס אפפאל פון די סאציאליסטישע לענדער אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן אומלעגאל. ווילסט אריין קומען? פיין! מאך דיר א פאספארט. ווילסטו דאך נישט! די ווילסט דאך בלויז שווערצן, נא?! שווערצער ווערן פארשפארט אין טורמע. אוי... כ'האב דאך א קינד? זאג? איר האט שוין אמאל געזען א טורמע אפילו אין די ליבעראלע סאציאליסטישע לענדער - וואו מ'לאזט א פארברעכער זיצן אינאיינעם מיט זיין קינד? דארף מען דאך אהער שטעלן קינדער אנשטאטלטן, און דאס קאסט אוצרות געלט, און די פארשאלטענע סאציאליסטן האלפן אפ קאנגרעס צושענקן דאס געלט! ס'איז שוין די העכסטע צייט אויפצוהערן מיט די נארישע זינלאזע ליבעראלע שטירן אפפאל, ס'איז שוין אריבער יעדע גרעניץ


דא האסטו א לעבעדיג משל פון א "קאנסערוועטיוו"...

ער מעג רעדן זיינע בויך וויי! אנחזיר'ן איין אשכול נאכן צווייטן מיט בולשיט און אפענע ליגענט, אבער ווען איך רעד איז עס שטירן אפפאל!

די טראמפיסטן זענען קעגן פרידאם אף ספיטש - דער ערשטער קלארער סימן פון א פאשיסטישע באוועגונג!!!

און כאילו איך האב אמאל געזאגט אז מ'זאל מעגן אריינקומען אן קיין פאספארט!!!

כאילו די דעמקראטן זענען נישט דא פאר קיין סעקיוריטי!!!

האסט מיר נאכאלץ נישט גענטפערט פארוואס ענק האבן נישט געלאזט דא אריין די דאק"א קינדער - כמעט א מיליאן מענטשן - זיי געפייניגט פאר גארנישט און פאר נישט!?

און פארוואס די ערשטע זאך די רעפובליקאנער האבן געוואלט טוהן נאך טראמפ האט געוואונען איז צונעמען פון 25 מיליאן מענטשען זייער "העלט קעיר"??? בשעת כמעט יעדע לאנד אויף די וועלט וואס איז אסאך ארימער ווי אמעריקע געט לכתחילה פאר אלע בירגער? האט עס נישט עפעס צו טוהן מיט מינאריטיס וואס נוצן די מערסטע די פראגראמען??? הא???


פארוואס פייניגן זיי נאר די ספאנישע און נישט די מענטשן אין אמעריקע וואס האבן געווער און שיסן יעדעם איינעם?

פארוואס האלטן זיי ספאנישע קינדער אפגעזונדערט פון זייערע עלטערן פאר חדשים לאנג אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן??
וועלכע נאך פרייע מדינה טוט דאס???


״פארוואס זאגט אפילו א רעפובליקאנער ווי סענעטאר מיט ראמני אז די וועג וויאזוי די טראמפ אדמיניסטראציע פירט זיך אויף צו די ספאנישע איז אוממענטשליך און אמעריקע גייט נאך אמאל חרטה האבן דערויף, פונקט ווי די היינטיגע דייטשען???

מ'האלט שוין ביי דעם אז די רויטע-מאנקי אין ווייסע הויז פוינט שוין פינגערס ווער ס'מעג דא בלייבן און ווער נישט!!!
ווילאנג גייט נעמען ביז מ'גייט שרייען "דזשיד גיי דיר צוריק קיין פאלעסטינע!"
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 6:17 pm

דאס האט הרב החכם ר׳ יואל אשר לאבין נעכטן געטוויט:

For the sake of staying truthful and sane, we have to remember priorities. So as much as I'm afraid of what the POTUS is doing and teaching our country,
I must salute him when he is fixing evil, and reforming the prison system and pardoning people who deserve it

איך האב אים צוריק געטוויט בשם קאך-לעפל פון ק״ש אז איין האלב פון די טוויט איז שטירן-אפפאל. מיט די אנדערע העלפט בין איך אויך גראדע מסכים. היטלער און די נאציס האבן אויך געטוהן געוויסע גוטע זאכן וואס האט זיך געלוינט פאר זיי. היטלער האט פארבעסערט זייער עקאנאמיע וכו׳ אפילו אמעריקע און די גאנצע פרייע וועלט האט אים קודם געשטיצט. אבער הרב לאבין איז נישט קיין נער- ער זעהט וואס יעדע קלוגע מענטש זעהט!
טראמפ׳ס רעטאריק קען קאסטן אסאך בלוט...! די וועלט האט שוין געזעהן די פילם...
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 6:32 pm

פארשטייסטו? איך בין דער שטירן-אפפאל ווייל איך האלט אז אמעריקע דארף האבן א נארמאלע ״גאן קאנטראל״...

אמעריקע איז א לאנד פון גאנס! איי נאר 20 ביז דרייסיג פראצענט משוגעים באנוצן זיך מיט גאנס??

און לויט אלע פאולס ווילן ״רוב אמעריקאנער״ א נארמאלע גאן קאנטראל... אבער לשיטת הארונים איז אמעריקע נישט קיין פרייע לאנד!

אפאר מענטשען האבן עפעס אפגעמאכט פאר איבער צוויי הונדערט יאהר צוריק לויט די דעמאלטסדיגער סטאנדארט. און מ׳טאר עס ״חס ושלום״ נישט טוישן און זיך אוועקרירן פון יענע דאקומענט, און טוישן דאס געזעץ לויט די היינטיגע געברויכן און פארלאנגן פון די ציווילע בירגער! אפילו דאס איז די גרעסטע סכנה פאר די מענטשהייט היינטיגע צייטן און הריגות פון אומשולדיגע מענשטען איז ליידער א טעגליכע ערשיינונג. יעדען טאג ממש ווערן אומשולדיגע מענטשען געשאסן!!!

מ׳מוז זיך אנהאלטן פעסט צו די אלטמאדישע Constitution ווייל ס׳שטייט דאך בפירוש:

״זאת התורה לא תהא מוחלפת״

כאילו מ׳האט נישט געטוישט צעהן טויזנט אנדערע געזעצן זינט צוויי הונדערט יאהר צוריק!!!

און ווער מיינט איר האט געשריבן די קאנסטיטוציע??? א מלאך פון הימל? א נביא?
אדער אפאר ״צוריקגעשטאנענע שקלאפן האנדלער״ וואס האבן געשטינקען פון ״שטירן אפפאל״ און פערדן צואה???
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 7:08 pm

איר ווייסט ווען קאך-לעפל מיט אלע אנדערע בלינדע קאנסערוועטיווען וועלן פלוצלינג טוישן זייער מיינוג אז מ׳זאל יא אינפארסירן א שטארקע ״גאן קאנטראל״ אין אמעריקע?

נאר אויב די צוויי פאלגענדע זאכן גייען געשעהן.

1)אויב מ׳גייט אוועקנעמען אלע געווער פון די ״ווייסע רעדנעקס״ און עס געבן פאר די מינארטיס ווי ״שווארצע און ספאנישע״. אויב זיי גייען ווערן די בעל-בתים פון אמעריקעס געווער וועסטו שוין זעהן ווי די אלע קאנסערוועטיוון וועלן פלוצלינג שפרינגן ״גאן קאנטראל״...

2)אויב חס ושלום איינער פון זיין משפחה אדער וואס האט געהאט שייכות מיט אים וועט ווערן חלילה געשאסן... ווען ס׳איז חלילה Close to home
און ס׳גייט זיי פערזענליך עפעקטירן גייען זיי אלע פלוצלינג זינגען א ״אנדערע ניגון״... ווייל ווילאנג מענטשען וואס ער האט נישט געקענט און געהאט קיין שייכות מיט זיי ווערן געשאסן אין מיסיספי גייט אים עס בכלל נישט אן (ווילאנג די שיסער איז א ווייסער אמעריקאנער)...

גענוג און נאך רעפובליקאנער האבן געטוישט זייער מיינוג איבער גאנס נאכדעם וואס א אומגליק פון שיסערייען האט זיי פערזענליך באטראפן!

א קלוגער מענטש קוקט אבער נישט אזוי. אויב סאיז א סכנה איז עס א סכנה פאר א יעדעם! היינט ביי יענעם קען ח״ו מיינען מארגן ביי דיר אויף שמחות... סאיז פונקט ווי איר פארשטייט אז סאיז דא א לאך אויפן שיף ביי איין זייט איז עס א סכנה פאר א יעדעם גלייך!
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך גראף » דינסטאג יולי 30, 2019 7:47 pm

שבת אחים האט געשריבן:מ'האלט שוין ביי דעם אז די רויטע-מאנקי אין ווייסע הויז פוינט שוין פינגערס ווער ס'מעג דא בלייבן און ווער נישט!!!


העי!! ראסיסט!!!!!
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 8:13 pm

אונז זענען אלע מאנקיס. ומותר האדם מן הבהמה אין.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 30, 2019 8:19 pm

"ס׳ווענדט זיך ווער ס׳הארגעט און ווער ס׳ווערט געהארגעט!"

אזוי לאנג ווי דער וואס הרג'ט טראגט א ווייסע טראגע, און דער וואס ווערט געהארגעט איז א אומשולדיג פיצל, איז עס אקעי.

בכלל איז דאך שווער, קאליפארניע האט שטרענגע געזעצען קעגען גאנס, איז פין ווי קומען די גאנס? ארבעט יא געזעצען אדער נישט?

זאל קאליפארניע מאכען א וואנט ארום זיך, אזוי וועט קיין גאן נישט אריין קומען פין אמעריקא, אבער צו מעקסיקא זאלען זיי לאזען אפען, אזוי וועלען זיי ווערען איין מדינה, זיך רופען מעקנפארניא, אדער קאליקסעקא, און סאלווען אלע פראבלעמען מיט איין מאל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1754
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יולי 30, 2019 8:20 pm

מר. אחים
פארוואס שרייסטו?
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1529 מאל

הודעהדורך גראף » דינסטאג יולי 30, 2019 8:24 pm

אז ס'טוט וויי שרייט מען.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 848
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 8:34 pm

קאך לעפל און ר' בערל קענען זיצן אין הופער און פארשפרייטן זייערע ליגענטס וועגן פאליטיקס. איך בין א טאג עלטער פון דעם. יעדע אגענדע פון די רעכטע איז:

די רייכע זאלן ווערן רייכער און די ארימע/מינאריטיס זאלן בלייבן אין די Bottom of the totem pole...

דאס אלעס אז ס'איז א סעקיוריטי אישו איז ריין פראפעגאנדע!

די רעפובליקאנער אגענדעס האט גארנישט מיט לאגיק נאר מיט רעליגיע און קארופציע!

לדוגמא וויאזוי די רעפובליקאנער ארבעטן:

דוגמא 1:

ווען די דעמאקראטן האבן פרובירט אדורכצושטופן "אבאמא קעיר" וואס האט געדארפט צוהעלפן מיליאנען ארימע אמעריקאנער, און כדי עס צו דורכפירן האבן זיי געדארפט האבן מעהר וואוטס. למעשה איז געוועהן אפאר רעפובליקאנער וואס קומען פון מעהר בלויע שטעט וואס זייערע וויילער האבן געשטיצט אזא בילל, האבן די פאר רעפובליקאנער געזעץ-געבער וואס זענען געוועהן געצווינגען צו וואוטן לטובת די בילל זיך צאמגענומען און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי דארפן שוין יא איינגעבן לאמיר כאטשיג אויסנוצן די געלעגנהייט צו צוריקכאפן עפעס פון די ארימעלייט.

למעשה האבן זיי פארגעשלאגן פאר די דעמאקראטן אז זיי גייען זיין אן-באורד מיט די בילל בתנאי אז די דעמאקראטן וועלן שניידן די פוד סטעמפס פון יעדעם איינעם מיט 10 פראצענט. בלית ברירה האבן די דעמאקראטן עס אנגענומען. און מיט אפאר שפעטער עס צוריקגעדרייט.

זיי האבן נישט פארגינען די ארימעלייט אזא באונעס!

אבער פאר זייערע זינלאזע מלחמות פאר נישטיקייט וואס זייערע רייכע האבן געניסט פון די קאנטראקטס האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו בארגן אויף א "קרעדיט קארד" מיט גאר הויכע פראצענטן פון ריבית אין די טריליאנען דאללארן! קיינער ווייסט אפילו נישט פארוואס אמעריקע איז אריין אין איראק און געהארגעט צענדליגער טויזנטער אומשולדיגע אמעריקאנער...


דוגמא 2:

די גרעסטע אפענע חוצפה פון די רעפובליקאנער וואס האבן פאר יאהרן לאנג נישט צוגעלאזט אז די minimum wages זאלן ארויפגיין ווייל זיי זענען אונטערגעקויפט ביי די פריצים און די בעלי בתים. אבער במשך פון אפאר יאהר וואס זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט העכערן די וועידזשעס פון די עוורידזש אמעריקאנער - בשעת אלע הוצאות זענען מורא'דיג הויך ארויפגעשפרינגען, ווי רענט וכדומה. און ס'איז נישט מעגליך געוועהן צו לעבן אונטער אזא וועידזש, האבן די דורכגעפוילטע רעפובליקאנער געזעץ-געבער געוואוט אין קאנגרעס מ'זאל העכערן זייער "אייגענע געהאלט" אפאר מאל!!!

כאילו זיי ארבעטן עפעס אזוי שווער! וואס טוען זיי? זיי לעקן זיך א גאנצע טאג צו די עשירים און מאכן זיכער אז זייער באנק קאונטע ווערט אנגעפילט פון קאמפיין נדבות פון רייכע לייט? נאכדעם שטייען זיי איין אין די שענסטע האטעלן, פארן מיט פריוואטע פליגערס, קויפן זיך די טייערסטע אנצוגען, פילן אן זייערע טאשן, אבער פאר די עוורידזש ארבייטארער פארגינען זיי נישט ניטאמאל זיבן דאללער א שעה!!

א מורא'דיגע פארטיי דאס, די רעפובליקאנער! מורא'דיג... ממש איך גיי אויס פאר התפעלות :lol:

אוי איז דער רבי געוועהן גערעכט.

דזשארדזש קארלין פלעגט זאגן, אמאל האבן זיך די פאליטשאנס באהאלטן - זיי האבן לכה"פ געמאכט דעם אנשטעל פון אינדרויסן כאילו זיי זענען "איינשטענדיגע מענטשן" און למעשה אונטערן טיש באהאלטענערהייט האבן זיי געקלאפט די פריצים אין די רוקן "זייט נישט באזארגט, מיר ארבעטן נאר פאר אייערע אינטרעסן", היינטיגע צייטן זאגן זיי אפן אן קיין שום בושה, איך בין נישטא פאר די ארימעלייט! איך בין נישט דא צו העלפן דעם המון עם! איך בין דא צו פערזענליך געניסן פון די רייכע לייט און איך האב דעם גאנצן עולם גולם אין באד אריין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג יולי 30, 2019 8:51 pm, רעדאגירט געווארן 6 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 8:37 pm

גדליה האט געשריבן:מר. אחים
פארוואס שרייסטו?


איך רעדט מיט די זעלבע שארפקייט ווי מיין הייליגע רבי אין פאליטיקס מר. דזשאורזש קארלין האט גערעדט. איך שפיל מיך נישט ארום מיט קיין ליגענערס און דריי קעפ. איך זאג עס כמו שהוא.... זיי אפען! זיי consistent מיט דיין פאליטיקס. ווילסט די גאווערמענט זאלן זיך נישט אריינמישן אין דיין לעבן? דארפסטו אויך האלטן אז מ׳דארף די געיס לאזן לעבן און אזוי ווייטער.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יולי 30, 2019 8:45 pm

דזשארדש קארלין האט אבער כערעדט צו די זאך
דו סתם דו שרייסט. מקען נישט הערן קיין ווארט.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1529 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 8:52 pm

גדליה האט געשריבן:דזשארדש קארלין האט אבער כערעדט צו די זאך
דו סתם דו שרייסט. מקען נישט הערן קיין ווארט.


לייען איבער איך שרייב דא פונקטליכע ביישפילן און איך רעדט דא זייער דירעקט. אז איר קענט נישט לעזן זייט מוחל באזוכט דעם אויגן דאקטאר וואס שנעלער... און פארגעס נישט זיי דיך אויך מזכיר ביי אלע 9 וויזניצער רביס :lol:
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 8:58 pm

דאס הייסט אפילו נישט געשריגן! מ׳וואלט געדארפט שרייען נאך העכער! נאכדעם וואס מ׳איז אנגעקומען אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן טייטלט מיט די פינגער אויף אמעריקאנער בירגער זאלן זיך גיין פון וואו זיי זענען געקומען! מ׳וואלט געדראפט ארויסגיין אין די גאסן און מאכן ״קולות וברקים״ אז אונז חסידים ביי גרינס רעסטעראנט זאגן נאך נאך די דברי טיפשות מיט גרויס הנאה! אונז אידן..!

קאך לעפעל און די אנדערע חסידים-טראמפיסטן וואס קענען קוים ענגליש און זענען קוים דא איין דור זענען די enablers פון מאדערן-פאשיזם.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 9:04 pm

ר׳ גדלי זעהט נישט אויס איר האט צופיל געהערט קארלין זיך טענהן מיט רעכטע. (למשל דזשאורזש קארלין אויף די בילל מאהר שוי)
אויב מיינסט איך שריי קעגן אים האט איר א טעות. ער האט זיי צופליקט אויף שטיקער אזוי ווייט אז דער פויפסט פון רום האט אים געמוזט ענטפערן...


וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט וואס איך האב געשריבן/געשריגן???

פרעג מיין קינד! כ׳וועל דיר עס מסביר זיין נאכמאל אז דו ווילסט דוקא...
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 9:45 pm

בזה יצא ידי חובתי פון פארשפרייטן דעם אמת.

כ׳נעם א שטיקל ברעיק פון ק״ש. אז איינער וויל מיר עפעס פרעגן/זאגן. ביטע שיק מיר א אישי.
ווייל איך גיי נישט ליינען קיין תגובות מעהר פאר א וויילע. אזוי קען איך ענדיגן וואס איך דארף צוטוהן. די שטותים נעמט אויף צופיל פון מיינע טייערע צייט...


גדלי
גוטע נייעס ס׳גייט שטיל און ראוהיג פאר אפאר חדשים- דער בער לייגט זיך שלאפן....
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 10:15 pm

ניכרים דברי אמת!

דזשאורזש קארלין.

politicians. everybody complains about politicians. Everybody says they suck. Well where do people think these politicians come from? They don’t fall out of the sky. They don’t pass through a membrane from “another reality”. They come from American parents, and American families, American homes, American schools, American churches, American businesses, and American universities. And they’re elected by American citizens. This is the best we can do folks. This is what we have to offer. It’s what our system produces: Garbage in. Garbage out. If you have selfish ignorant citizens… If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans. So maybe… maybe… MAYBE, it’s not the politicians who suck. Maybe something else sucks around here like: “THE PUBLIC”. Yeah the public sucks. There’s a nice campaign slogan for somebody: “the public sucks, fuck hope”. Fuck hope. Because if it’s really just the fault of these politicians, then where are all the other bright people of conscience? Where are all the bright, honest, intelligent Americans ready to step in and save the nation and lead the way? We don’t have people like that in this country. Everybody’s at the mall scratching his ass, picking his nose, taking out his credit card out of a fannie-pack, and buying a pair of sneakers with lights in them.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 30, 2019 10:22 pm

פארוואס איז קארלין געווען אזוי קעגן היטן אויף די ענווייראמענט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1789
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1001 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 10:36 pm

קורקלענד האט געשריבן:פארוואס איז קארלין געווען אזוי קעגן היטן אויף די ענווייראמענט?


ער איז נישט געוועהן קעגן היטן די ענווייערמענט. ער האט געהאלטן אז סאיז שוין צו שפעט און אונז מענטשען קענען שוין גארנישט טוהן. ער איז אויך געוועהן א anarchist און א nihilist. און אין זיינע אויגן זענען די מענטשען ניטאמאל געוועהן ווערט דאס איבערצולעבן (איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם)

ער זאגט אז די וועלט וועט בלייבן ארומלויפן ארום די זון מיט פלעסטיק באטעלעך אדער אן דעם ווילאנג די זוהן האט גענוג ענערדזשי. דער וועלט איז פיין, אונז מענטשען זענען אויף צרות!!! און גערעכט איז ער מיט די פרט. און א געוויסע אנדערע פלאץ זאגט ער אז מזאל נישט מאכן קיין קינדער ווייל זיי האבן נישט קיין שום future און אז ביז אפאר יאהר וועט די וועלט זיין א ball of fire.

ער האט געהאלטן אז אונז קענען שוין ניטאמאל אינטערווינען. סאיז אביסל צו שפעט. און אסאך גרויסע academics האלטן ווי אים.

נישט אלעס וואס ער זאגט בין איך מסכים הונדערט פראצענט שטייצעך. געוויסע זאכן האט ער גענומען צו די עקסטרעים למשל ער האט ערנסט געהאלטן אז מ׳טאר נישט גיין צו די בחירות... מ׳טאר זיך נישט אנטיילנעמען אין דעם! שטייצעך היינט וואלט ער לכאורה נישט אזוי גערעדט. סאיז געוועהן אביסלע אנדערש דאן.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 30, 2019 10:50 pm

שבת אחים האט געשריבן:ער איז נישט געוועהן קעגן היטן די ענווייערמענט. ער האט געהאלטן אז סאיז שוין צו שפעט און אונז מענטשען קענען שוין גארנישט טוהן.

וואו זאגט ער דאס?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 30, 2019 11:07 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ער איז נישט געוועהן קעגן היטן די ענווייערמענט. ער האט געהאלטן אז סאיז שוין צו שפעט און אונז מענטשען קענען שוין גארנישט טוהן.

וואו זאגט ער דאס?



ער זאגט אז די וועלט וועט בלייבן ארומלויפן ארום די זון מיט פלעסטיק באטעלעך אדער אן דעם ווילאנג די זוהן האט גענוג ענערדזשי. דער וועלט איז פיין, אונז מענטשען זענען אויף צרות!!! און גערעכט איז ער מיט די פרט. און א געוויסע אנדערע פלאץ זאגט ער אז מזאל נישט מאכן קיין קינדער ווייל זיי האבן נישט קיין שום future און אז ביז אפאר יאהר וועט די וועלט זיין א ball of fire.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 30, 2019 11:17 pm

אז דו האלטסט נישט ביים ענטפערן איז נישט, ביי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2019 11:41 am

הערר שבת אחים: איך ווילל דיך נאר דערמאנען צו וועלכן לאגער די פארשאלטענע שווארצע אנטיסעמיטישע מכשפה אילהאן אומאר ומח שמה וזיכרה געהערט....? צו די רעכטע אדער די לינקע סאציאליסטישע לאגער...?!

ווי ס'זעהט אויס האסטו פארגעסן פון וועלכן שבט אינדערהעים אין די מארמאראש דו שטאמסט...! ס'מאכט נישט אויס. זי מיט די אנדערע נעגערישע אנטיסעמיטן ווי שארפטאן וועללן דיך שוין דערמאנען. זיי וועללן שרייען ..."דזשו, געט בעק טו דהע ליין"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט