בלאט 1 פון 1

שרעקליכע טראגעדיע מיט 9 יעריג קינד אין נ'דז''ש וואטערפארק

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 30, 2019 10:37 pm
דורך חתם סופר
א שוידער נעמט ארום יעדע אידיש הארץ נאך די שרעקליכע טראגעדיע מיט הילד צבי יחיאל מיילעך גראסמאן, 9 יאר אלט, תלמיד אין בעלזע חדר אין ב''פ וועלכער האט זיך ל''ע דערטראנקען איןי סאאהארא סעמס וואסער פארק ביי א חדר טריפ.

יהי רצון שלא ישמע עוד דוד ושבר

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 30, 2019 10:44 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
די נאמען איז צבי אלימלך יחיאל מיכל

די קינד איז א אייניקל פין הג"ר אשר עקשטיין שליט''א דומ"ץ בעלזא

א פחד א שרעק

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 30, 2019 11:25 pm
דורך תורה ומדע
די פאליציי האבן ערשט יעצט ארויס געלאזט די קינדער פונעם פארק מחמת די חקירות. השם ישמרנו.

Re: שרעקליכע טראגעדיע מיט 9 יעריג קינד אין נ'דז''ש וואטערפאר

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 31, 2019 1:08 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב גערעדט מיט א סערטיפייד לייף גארד וואסי דארט געווען א שטיק צייט צוריק מיט אנאדערן קעמפ און זאגט מיר אז אה"נ ס'פלאץ שטעלט צו זייערע אייגענע לייף גארדס אבער נישט גענוג ס'טייוש נישט ביי יעדע רייד זענען פארהאן לייף גארדס וואס האלטן א אויג וואס ס'גייט פאר אין יענע רייד און יענעם האט דאס שטארק געשטערט.

נאך א זאך האט מיר יענער געטענה'ט אז ס'נעמט צייט פון ווען איינער הייבט זיך אן צודערטרענקן און גייט אריין אין א פאניק מויד פאר אפאר מינוט, ספעציעל א ניין יעריג קינד, איז ווי אזוי האט מען דאס נישט באמערקט תיכף ומיד??

די דריטע זאך וואס יענער זאגט מיר איז אז ס'דא דארט היפש ווילדע ריידס, ווי למשל א ריזיגע פול מיט הויכע ווילדע כוואליעס, נאכגעמאכט א אקעאן, טאקע די פול איז נישט טיף אבער די כוואליעס קענען גיין היפש הויך און אויב קען מען נישט שווימען קען מען זיך טרענקן, און בשעת יענער איז דארט געווען, האט מען נישט מקפיד געווען אויף א ספעציעלע יארגאנג.
עניוועי, ס'דא אסאך אומפארענטפערטע קשיות, און ווער נעמט פאראנטווארטליכקייט ביי אזא מעשה

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

Re: שרעקליכע טראגעדיע מיט 9 יעריג קינד אין נ'דז''ש וואטערפאר

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 31, 2019 9:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אלע קעמפס אין לעיקוואד גיין אהין, ווי אויך מיין קינדער׳ס חדר, וואס האט זיי דארט גענומען יענער וואך. דער וואס האט דעטאלען איז געבעטען צוצושטעלן, ווייל יעצט בין איך עכט באזארגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 31, 2019 10:11 am
דורך סמבטיון
די טאטע פונעם קינד איז מיר א נאנטע חבר, איך בעט מיינע חבירים דא, נישט צו ציען קיין אייגענע השערות וואס דארט איז געשען, איך וועל נאר זאגן איין זאך, אז די וואסער פארק האט זייער גיטע לייף גארדס און די שמירה איז אויפן העכסטן פארנעם, לויט ווי איך הער זענען אלע קינדער שוין געווען אינדרויסן, אפאר קינדער זענען נאכאמאל אריינגעגאגען ווען יעדער איז שוין ארויס, אסאך פרטים פעלן נאך דא, עס איז דא קעמערעס און אלטס וועט מען געוואר ווערן, ביטע נישט באשילדיגן קיין מדריכים/העד קאנסלערס/די פארק/די לייף גארדס וכו', פאר מען ווייסט פינקטלעך.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר...

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 31, 2019 12:01 pm
דורך קאצקע ציקער
עקטשעלי דעי פארק האט נישט כמעט קיין סכנהדיגע ריידס זיי האבן נאר א גאר גרויסע פול מיט וועיווס וואס דארט איז עס געשעהן

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 31, 2019 2:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סמבטיון האט געשריבן:די טאטע פונעם קינד איז מיר א נאנטע חבר, איך בעט מיינע חבירים דא, נישט צו ציען קיין אייגענע השערות וואס דארט איז געשען, איך וועל נאר זאגן איין זאך, אז די וואסער פארק האט זייער גיטע לייף גארדס און די שמירה איז אויפן העכסטן פארנעם, לויט ווי איך הער זענען אלע קינדער שוין געווען אינדרויסן, אפאר קינדער זענען נאכאמאל אריינגעגאגען ווען יעדער איז שוין ארויס, אסאך פרטים פעלן נאך דא, עס איז דא קעמערעס און אלטס וועט מען געוואר ווערן, ביטע נישט באשילדיגן קיין מדריכים/העד קאנסלערס/די פארק/די לייף גארדס וכו', פאר מען ווייסט פינקטלעך.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר...

אויף אייוועלט זענען דא פארשידענע מקור ראשון מעשיות, ובתוכם עפעס ענדליך צו דעם.

אגב אורחא, דארט דערציילען עטליכע אז זיי פלעגן גיין צו די פארקס אלס קינד, נישט קענענדיג שווימען. איז דאס דען מעגליך? ווי לאזען עלטערן דאס צו? איך ווייס אז אין לעיקוואד איז לייכטער צו טרעפן א שווימבאד זיך צו לערנען שווימען ווי אין ברוקלין, אבער אביסל אחריות קען מען פאדערן. איך זאג נישט אז אזוי איז געשען דא, אבער מ׳קען זיך נעמן מוסר לקיים תקנת חז"ל.

וה' ירפא שבר עמו

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 4:44 pm
דורך לבי ובשרי
קאצקע ציקער האט געשריבן:עקטשעלי דעי פארק האט נישט כמעט קיין סכנהדיגע ריידס זיי האבן נאר א גאר גרויסע פול מיט וועיווס וואס דארט איז עס געשעהן


דער פארק איז שוין געווען אפן אינעם נעקסטן אינדערפרי.

און דער טראגעדיע ווערט נישט גערופן אויף קיינעמס שולד, נאר ווי אן עקסידענט

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 4:45 pm
דורך לבי ובשרי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:די טאטע פונעם קינד איז מיר א נאנטע חבר, איך בעט מיינע חבירים דא, נישט צו ציען קיין אייגענע השערות וואס דארט איז געשען, איך וועל נאר זאגן איין זאך, אז די וואסער פארק האט זייער גיטע לייף גארדס און די שמירה איז אויפן העכסטן פארנעם, לויט ווי איך הער זענען אלע קינדער שוין געווען אינדרויסן, אפאר קינדער זענען נאכאמאל אריינגעגאגען ווען יעדער איז שוין ארויס, אסאך פרטים פעלן נאך דא, עס איז דא קעמערעס און אלטס וועט מען געוואר ווערן, ביטע נישט באשילדיגן קיין מדריכים/העד קאנסלערס/די פארק/די לייף גארדס וכו', פאר מען ווייסט פינקטלעך.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר...

אויף אייוועלט זענען דא פארשידענע מקור ראשון מעשיות, ובתוכם עפעס ענדליך צו דעם.

אגב אורחא, דארט דערציילען עטליכע אז זיי פלעגן גיין צו די פארקס אלס קינד, נישט קענענדיג שווימען. איז דאס דען מעגליך? ווי לאזען עלטערן דאס צו? איך ווייס אז אין לעיקוואד איז לייכטער צו טרעפן א שווימבאד זיך צו לערנען שווימען ווי אין ברוקלין, אבער אביסל אחריות קען מען פאדערן. איך זאג נישט אז אזוי איז געשען דא, אבער מ׳קען זיך נעמן מוסר לקיים תקנת חז"ל.

וה' ירפא שבר עמו

ס'האט בכלל נישט צוטון מיט קענען שווימען אדער נישט.

די רעדע פון דעם ספעציפישן פאל וואו דער אומגליק איז פארגעקומען, איז א "קינדער פול", אונטער צוויי פיס.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:06 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'איז א געהעריג גרויסע טיפע פול

Re: שרעקליכע טראגעדיע מיט 9 יעריג קינד אין נ'דז''ש וואטערפאר

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט געמיינט די ספעציפישען פאל, נאר בכלליות איז עס א נאכלעסיגקייט צו לאזען קינדער גיין אין פול נישט קענענדיג שווימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט:איך האב מיך אלס קליין יונגל שיעור נישט דערטראנקען אין א גרויסע מקווה פול מיט מענטשן. נאר איך האב געדזשאמפט ארויף און אראפ ביז מיין טאטע האט מיך באמערקט און מיך געראטעוועט...!

איך האבמיך פון דעם געלערנט אז ווען ס'איז דא א קינד אין א מקווה אדער סווימינג פול דארף מען האלטן אין איין קוקן אויף איהם. (נאר ביטע דערצייל נישט פאר נחום...לאל)

Re: שרעקליכע טראגעדיע מיט 9 יעריג קינד אין נ'דז''ש וואטערפאר

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גמרא פארווערט דאס גיין אין מקוה מיט א טאטען. איך בין קיינמאל נישט געווען מיט מיין טאטע אין מקוה, מ׳האט עס מסדר געווען אז מ׳זאל זיך דארט נישט טרעפן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
ערשטנס האסטו א קשיא אויף א מעשה. צווייטנס איך בין נאך דאמאלס געווען א קליין יונגל. דריטנס.וויפיהל מאל א יאר די ליטווישע אידן גייען אין מקוה קען דער מקוה איד נאכנישט מאכן קיין פרנסה...!

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:24 am
דורך חיים יואל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די נאמען איז צבי אלימלך יחיאל מיכל

די קינד איז א אייניקל פין הג"ר אשר עקשטיין שליט''א דומ"ץ בעלזא

א פחד א שרעק

ווי זיצט מען שבעה?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:30 pm
דורך סמבטיון
שוין אויפגעשטאנען

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:39 pm
דורך איסר האטלקי
דער בורא זאל זיי געבן כוחות הנפש זיך צו שטארקן איבער די שוידערליכע געפילן.

ווען א קינד ווערט נפטר איז עס אלץ שווער און שוידערליך, אבער אויב איז עס כאטש אין שפיטאל קענען די עלטערן זיך געזעגענען און זיך בארואיגן שפעטער אז מ'האט פרובירט וואס מ'קען. און אפי' ווען ס'איז פלוצלינג, זעען עס כאטש די עלטערן און זיי זענען אויפן פלאץ בשעת מעשה, מ'קען כאטש כאפן דעם לעצטן בליק איידער מען דעקט צו דאס קינד.

ווען מ'שיקט א קינד אין קעמפ און מ'האט זיך לעצט געזען אפאר וואכן פריער און גערעדט אויפן טעלעפאון אפאר שעה פריער אבער נישט געהאט קיין געלעגנהייט זיך צו געזעגענען און מען זעט אים מיטאמאל אינעם קאסטן, דאס איז ביטער. מ'דארף אסאך רחמים זיך צו קענען מחזק זיין.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:02 pm
דורך בת קול
9 יעריגע יונגלעך פון בארא פארק גייען אין קעמפ?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:32 pm
דורך איסר האטלקי
ס'איז געווען דעי קעמפ? אופס, פארגעט איט.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:20 pm
דורך קאצקע ציקער
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'איז געווען דעי קעמפ? אופס, פארגעט איט.

די פאוינט איז כמעט די זעלבע ליידער ר"ל ל"ע ה"י