די שעלטערייען פון די באבע:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

די שעלטערייען פון די באבע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן - עס דרייט זיך א וועלט. דער רעפרעזאנטן הויז איז אצינד אויף פאזע – די שווער-אויסגעהארעוועטע לעגיסלאטורן זענען אצינד אויף דאטשע – זיי רוהען אצינד אפ זייער אויסגעהארוועטע קערפער, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט זייער זעלבסט-דעקלערטער און אויסשליסליכסטער אויפגאבע - צו אומפוטשען פרעזידענט טראמפ. אייגענטליך ווען דאס אומווירגזאמסטער-רעפרעזאנטן הויז אין די געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז אויף דאטשע, איז דאס גאנצער פאלק אויך אויף דאטשע... הלוואי זאל די פאזע אנהאלטן וואס לענגער...

אין די פארגאנגענע וואך האבן מאנכע לעגיסלאטורן פון ביידע פארטייען, אויסנוצט זייער לאנגע וואקאציע צו באזוכן מדינת ישראל, מיטן אנגעבליכער מאטיוו, קענען צו לערנען פון די נאנט די געברויכן פון מדינת ישראל. צוויי לעגיסלאטורן האבן זיך אנטזאגט אנטייל צו נעמען אין די אפיציעלע קאנגרעסיאלע דעלעגאציע, זיי האבן ליבערשט באשלאסן אפצושטאטן זייער אייגענעם באזוך מיט זייער אייגענע פינצטערע אגענדעס. די צוויי לעגיסלאטורן זענען די טרויעריג-בארימטע פינצטערע אראבישע אנטיסמיטקעס ראשידא טאליב און אילהאן אמאר ימ''ש.

צום גרויס וואונדער האט מדינת ישראל ערשט איינגעשטימט אריינצולאזן די דאזיגע צוויי וויסטע אידן האסער אין לאנד, אבער ווי נאר פרעזידענט טראמפ האט קלארגעמאכט זיין מיינונג – אז אריינצולאזן אזאנע צוויי געפארפולע פארשוינען אין לאנד, ווייזט אויף שוואכקייט – האבן די מדינת ישראל אינסטאנצן טאקע איינגעשטימט, און א זאפטיגע פּערסאָנאַ נאט גראַטאַ איז סערווירט געווארן פאר די צוויי פארשאלטענע אראבישע אנטיסמיטקעס.

שקאלפטע טאליב האט באלד ווי איר שטייגער אנגעהויבן מיט א געמאכטע וויי געשריי, זי האט געשריגן אז זי פארמאגט א אלטע פארגעסענע באבע וועלכע וואוינט ערגץ-וואו אינעם מערב-ברעג, און זי איז אנגעבליך אויסן איר צו באזוכן. מדינת ישראל האט אנערקענט די ריכטיקייט פון איר ארגומענט, און מ'האט איר טאקע געשאנקן א צייטווייליגע הומאנעריאיסטישע ערלויבעניש צו באזוכן איר אלטע פארגעסענע באבע. אבער נישט איידער זי איז געווען פארפליכטעט אונטערצושרייבן אז זי גייט זיך נישט פארנעמען מיט קיין שום אנטיסמיטישע טעטיקייטן דורכאויס איר באזוך. עטוואס שפעטער האט שקאלפטע טאליב צוריקגעצויגן... זי האט דעקלערט אז זי האלט נישט ביים באזוכן מדינת ישראל ווי א קרימענאל, און זי האלט זיך נישט ביים אפהאלטן פון אנטייל צו נעמען אין אנטיסמיטישע טעטיקייטן, א כפרה אויף די אלטע פארגעסענע באבע...

און רעאקציע פון די גאנצע געשיכטע, האט די אלטע טאליב באבע, די נייציג יעריגע אראבישע שאמוטע, פארשאלטן פרעזידענט טראמפ מיט די טראדיציאלע אראבישע קללה: ג-ט זאל דיך רעאונירן.... אנטשטאט באוויינען דעם פאקט אז פון איר מוטערטראכט האט זיך ארויסגעשלענגלט אזא געמיינעם קערל ווי שקלאפטע טאליב, וועלכע אנטזאגט זיך צו באזוכן איר אלטע פארגעסטע אומבאציינטע באבע, בלויז צוליב וועלן שאפן פאליטישע ספעקטאל, שעלט די באבע ענדערש פרעזידענט טראמפ... נא... זאל די קללות פונעם באבען פאלן אויף אלע שונאי ישראל... דער קעניג טראמפ האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט... דער איינציגסטער געווינער פון די דאזיגע סמוטאכע איז די אלטע טאליב באבע, ווארום זי איז נישט געווען געצווינגען צו זען דאס שווארצער שלאנג וועלכע זי האט ערצויגן....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר