די שעלטערייען פון די באבע:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

די שעלטערייען פון די באבע:

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:54 am

וואשינגטאן - עס דרייט זיך א וועלט. דער רעפרעזאנטן הויז איז אצינד אויף פאזע – די שווער-אויסגעהארעוועטע לעגיסלאטורן זענען אצינד אויף דאטשע – זיי רוהען אצינד אפ זייער אויסגעהארוועטע קערפער, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט זייער זעלבסט-דעקלערטער און אויסשליסליכסטער אויפגאבע - צו אומפוטשען פרעזידענט טראמפ. אייגענטליך ווען דאס אומווירגזאמסטער-רעפרעזאנטן הויז אין די געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז אויף דאטשע, איז דאס גאנצער פאלק אויך אויף דאטשע... הלוואי זאל די פאזע אנהאלטן וואס לענגער...

אין די פארגאנגענע וואך האבן מאנכע לעגיסלאטורן פון ביידע פארטייען, אויסנוצט זייער לאנגע וואקאציע צו באזוכן מדינת ישראל, מיטן אנגעבליכער מאטיוו, קענען צו לערנען פון די נאנט די געברויכן פון מדינת ישראל. צוויי לעגיסלאטורן האבן זיך אנטזאגט אנטייל צו נעמען אין די אפיציעלע קאנגרעסיאלע דעלעגאציע, זיי האבן ליבערשט באשלאסן אפצושטאטן זייער אייגענעם באזוך מיט זייער אייגענע פינצטערע אגענדעס. די צוויי לעגיסלאטורן זענען די טרויעריג-בארימטע פינצטערע אראבישע אנטיסמיטקעס ראשידא טאליב און אילהאן אמאר ימ''ש.

צום גרויס וואונדער האט מדינת ישראל ערשט איינגעשטימט אריינצולאזן די דאזיגע צוויי וויסטע אידן האסער אין לאנד, אבער ווי נאר פרעזידענט טראמפ האט קלארגעמאכט זיין מיינונג – אז אריינצולאזן אזאנע צוויי געפארפולע פארשוינען אין לאנד, ווייזט אויף שוואכקייט – האבן די מדינת ישראל אינסטאנצן טאקע איינגעשטימט, און א זאפטיגע פּערסאָנאַ נאט גראַטאַ איז סערווירט געווארן פאר די צוויי פארשאלטענע אראבישע אנטיסמיטקעס.

שקאלפטע טאליב האט באלד ווי איר שטייגער אנגעהויבן מיט א געמאכטע וויי געשריי, זי האט געשריגן אז זי פארמאגט א אלטע פארגעסענע באבע וועלכע וואוינט ערגץ-וואו אינעם מערב-ברעג, און זי איז אנגעבליך אויסן איר צו באזוכן. מדינת ישראל האט אנערקענט די ריכטיקייט פון איר ארגומענט, און מ'האט איר טאקע געשאנקן א צייטווייליגע הומאנעריאיסטישע ערלויבעניש צו באזוכן איר אלטע פארגעסענע באבע. אבער נישט איידער זי איז געווען פארפליכטעט אונטערצושרייבן אז זי גייט זיך נישט פארנעמען מיט קיין שום אנטיסמיטישע טעטיקייטן דורכאויס איר באזוך. עטוואס שפעטער האט שקאלפטע טאליב צוריקגעצויגן... זי האט דעקלערט אז זי האלט נישט ביים באזוכן מדינת ישראל ווי א קרימענאל, און זי האלט זיך נישט ביים אפהאלטן פון אנטייל צו נעמען אין אנטיסמיטישע טעטיקייטן, א כפרה אויף די אלטע פארגעסענע באבע...

און רעאקציע פון די גאנצע געשיכטע, האט די אלטע טאליב באבע, די נייציג יעריגע אראבישע שאמוטע, פארשאלטן פרעזידענט טראמפ מיט די טראדיציאלע אראבישע קללה: ג-ט זאל דיך רעאונירן.... אנטשטאט באוויינען דעם פאקט אז פון איר מוטערטראכט האט זיך ארויסגעשלענגלט אזא געמיינעם קערל ווי שקלאפטע טאליב, וועלכע אנטזאגט זיך צו באזוכן איר אלטע פארגעסטע אומבאציינטע באבע, בלויז צוליב וועלן שאפן פאליטישע ספעקטאל, שעלט די באבע ענדערש פרעזידענט טראמפ... נא... זאל די קללות פונעם באבען פאלן אויף אלע שונאי ישראל... דער קעניג טראמפ האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט... דער איינציגסטער געווינער פון די דאזיגע סמוטאכע איז די אלטע טאליב באבע, ווארום זי איז נישט געווען געצווינגען צו זען דאס שווארצער שלאנג וועלכע זי האט ערצויגן....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1835 מאל

Re: די שעלטערייען פון די באבע:

הודעהדורך גראף » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:20 pm

איך האלט אז מד''י האבן געמאכט א טעות. זיי זענען למעשה מעמבערס פון די יו.עס. קאנגרעס און נישט געברויכט שפילן פאליטיק מיט זיי אפילו קעניג טראמפ האט געטוויט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך yerushalmi » זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 pm

ווער ווייסט וואס פארא אנטיסימיטיזם עס קען נאך ארויסקומען פון דעם וואס מד"י האט ארויסגעשטעלט, דער אויבירשטער זאל האלטען זיין רעכטע האנט אויף כלל ישראל
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:36 pm

ברוך שמסר עולמו לדואגים... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2670
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1692 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:32 pm

האסט אויסגעלאזט די טוויט פון טראמפ צום באבע, בטעות?
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 768 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:31 pm

בת קול האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט די טוויט פון טראמפ צום באבע, בטעות?

ניין. די גאנצע הודעה זיינע איז דער טוויט באריכות, בטיב טעם (ודעת).
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:35 pm

ער לאזט אויס פארוואס די באבע האט געשאלטן טראמפ.
די רעפארט איז איין זייטיג, און באשרייבט נישט וואס טראמפ האט געהאט איר צו זאגן.
3E75D18C-6C83-4D48-941A-19965D31424E.jpeg
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 768 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:49 am

ער האט דאס יא באריכטעט:

קאך_לעפל האט געשריבן: דער קעניג טראמפ האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט... דער איינציגסטער געווינער פון די דאזיגע סמוטאכע איז די אלטע טאליב באבע, ווארום זי איז נישט געווען געצווינגען צו זען דאס שווארצער שלאנג וועלכע זי האט ערצויגן....[/justify]
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2279
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:50 am

גראף האט געשריבן:איך האלט אז מד''י האבן געמאכט א טעות. זיי זענען למעשה מעמבערס פון די יו.עס. קאנגרעס און נישט געברויכט שפילן פאליטיק מיט זיי אפילו קעניג טראמפ האט געטוויט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


דאס איין שטאנדפונקט ווי אזוי עס אנצוקוקן.
מ'קען דאס זאגאר אויך אנעליזירן פון א אנדערע שטאנדפונקט.

די דאזיגע פיר פערדן פון די אַפּאָקאַליפּסיע - מיינען ווירקליך אז זיי פירן גאר די וועלט. נאך יעדע געשענעניש אפגעזען ווי וואס פאסירט סיי אימער אין די פאראייניגטע שטאטן הערט מען באלד: פרעזידענט טראמפ פארלאנגט אן אויספארשונג, די מערהייט פירער פונעם רעפרעזאנטן הויז פאלאוסי פארדאמט, די מינאָריטעט פירער פונעם סענאט פארלאנגט ענטפערס, בלויז די העכסטע אמעריקאנער פירער לאזן זיך הערן.

און די לעצטע שטיק צייט האט זיך עפעס א נאריש פערדל זעלבסט צוגעשפאנט צום וואגן. ווען אימער עפעס ס'פאסירט א נאציאנאלע געשענעניש - לאזט זיך די געוועזענע לאפע טאנצערין אלעקסאנדריע אָקרעזסיאָ-קאָרטעז באלד הערן – זי האט זיך זעלבסט דעקלערט אויף דער זעלבער שטאפל ווי די פראָמענענסטע און העכסטע רעגירונגס פירער אין לאנד. אפגעזען אז זי איז בלויז אן אפגעפליקטע נאריש פערדל וועלכע האט זיך לעצטענס אריינגעשווערצט אינעם רעפרעזענטן הויז מיט שווינדל...

זינט זי האט באזיצט איר בענקל איז דאס געמיין לעכעל וואס זי פארמאגט אונטער איר ברייטע נאז לעכער אקטיוו אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם - איר עקעלהאפטיגע ארגאנץ און טיפשות זענען שוין ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע.און ווען עמיצער נעמט זיך די קאראזש און ענטפערט איר אפ ווי עס דארף צו זיין, אדער זאגט גאר א קרים ווארט אויף איינע פון די אנדערע אַפּאָקאַליפּסיע-פערדלעך, ווערט יענער באלד פארשריגן אלס א וויסטער ראסיסט, פעמעניסט, פאשיסט, נאצי,און דאס ארגסטע, אפילו דאס וואס יענער האט געזאגט - האט גארנישט צו טאן מיט אזעלכע זאכן. אזוי האלט דאס לאנד אין א פאליטישער טעראר...

מדינת ישראל האט געוויזן שטארקייט... און געטאן גענוי וואס זיי האבן געהאלטן פאר ריכטיג צו טאן. זיי האבן זיך נישט דערשראקן פון די געמאכטע געוויינען און געשרייערייען פון די היפאקריטישע אַפּאָקאַליפּסיע-פערדלעך. זיי האבן דרייסט דעקלערט אז די איסלאמישע אנטיסמיטקעס, טאליב און אילהאן, זענען פּערסאָנאַ נאט גראַטאַס, אפגעזען פון די היץ וועלכע זיי זענען אויסגעשטאנען פון די ליבעראלע ליגע... דאס איז גאר א שווערע פיל פאר די ליבעראלן אראפצושלינגן, דער פאקט אז זייער זינלאזע אטאקעס און פאלשע באשולדיגען, הערן ביסלעכווייז אויף צו ווירקן מאכט גיין באנקעס...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1835 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 6 געסט