פוטבאל - NFL - American Footbal

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

פוטבאל - NFL - American Footbal

הודעהדורך הדסים » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:02 pm

לכבוד די בעפארשטייענדען יערליכע פוטבאל סעזאן, וועלן מיר פראבירן אביסל ארומרעדן אינעם וויכטיגע נושא.

אין די אלגעמיינע וועלט ווערט די ספורט אנגערופן אמעריקען פוטבאל, אבער פאר אונז איז עס באקאנט (?) אלץ "פוטבאל". עס איז די מערסט פאפולערע ספורט אין אמעריקע.

אנדערש ווי רוב געימס וואס דארפן בעיקר איינצעלנע טאלאנטן, איז פוטבאל באלאנסירט צווישן קעגנזייטיגע כשרונות. צו שפילן אויף א פראפיסיענאלן לעוועל דארף מען פערסאנאל וואס זענען שטארק וואגיג, שטארק אין די הענט, שטארק אין די פוס, שנעל, פלינק, קלוג, ועל כולם, גאר טיפע סטראטעגיע.

די ספיד און פיזישע כח וואס ווערט גענוצט, מאכט עס ממש ווי א מלחמה פון אלטע צייטן. דאס מאכט עס זייער אינטערעסאנט פאר די אמעריקאנע מאסן, און קען אויך ברענגען צו ווערן גאר שטארק פארוואונדעט ל"ע. צוליב דעם, טראגן די שפילערס העלמעטס און אנדערע שוץ קליידער. מיט דעם אלעם פאסירט איבער גענוג אומגליקן.

די געים ווערט גשפילט איבערן לאנד דורך אינגע קינדער (נישט ח"ו היימישע), שפעטער איז דא היי סקול טיעמס, דערנאך די קאלעדז טיעמס, און איבער אלעם די NFL, די נאציאנאלע פוטבאל ליעג.

די NFL סעזאן הייבט זיך אן אין עטליכע וואכן. אין די יעצטיגע וואכן שפילן זיי וואס ווערט אנגערופן פרי-סעזאן. די געימס וועלן נישט ווערן פארעכנט אין די חשבונות פון ווער האט געוואונען, עס איז פשוט א געלעגנהייט צו פראקטיצירן.

דא אין ניו יארק סיטי, האבן מיר 2 טיעמס. די דזייענטס (Giants) און די דזעטס (Jets).

איך וועל פראבירן צו ממשיך זיין. אויב האט איר עפעס א ידיעה אין די ענין, ביטע קום אריין.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:02 am

וואס זענען די פאדערונגען צו דערגרייכן א ..."טאטש דאון"... דורך איינע פון די טיעמס? און וואס פסל'ט דעם קרעדיט פון א טאטש-דאון?..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:41 am

הייב נישט אן ביי ברטונרא...

דו האלטסט דיך פאר א חסיד פון עני פוטבאל טיעם?

btw, איך פארשטיי עכט נישט בעיסבאל, סאו אויב דו ווילסט קענסטו מיר עס נאך מסביר זיין.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:47 pm

הדסים: מה ענין בעיסבאלל אצל פוטבאלל...?! ואין מערבין שמחה בשמחה. מ'טאר נישט אויסמישן די 2. ווייל ס'איז א חשש פון כלאים. וואו קומט דער ברטנורא אריין דא? איך האב געפרעגט א פשוט'ע שאלה...!

אבער וויבאלד דו האסט שוין דערמאנט בעיסבאלל. עמיר א ביסל אויסשמועסן די הלכות פון בעיסבאלל. ס'איז אזוי ווי מיין ראש ישיבה האט געזאגט. קוק די נארישע (פוטבאלל/סאקער) שפילערס. ער יאגט זיך נאכ'ן באלל. און ווען ער האט עס שוין שטויסט ער עס אוועק. כן הדבר הזה. דער היטטער (נישט היטלער, ח"ו) שטייט גרייט מיט זיין שטעקן אז ווען דער פיטשער (נישט פיקטשער) וועט ווארפן דעם באלל צום קעטשער (נישט קעטשאפ) וועט ער עס אוועקקלאפן. און אויב עס פליעט ארויס פונ'ם שפיעל פעלד, און ער לויפט ארום צום באזע, הייסט עס א האום ראן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט