תורה ומדע האט געשריבן: ווער דערלייגט? די מוסדות וועלכער שוויצן פארן ציבור אין אלע אנדערע הינזיכטן.
נאך איינער דערלייגט, שוואכע בחורים פון ארימע שטיבער וועמען מ'ווארפט צו די הונט.
תורה ומדע האט געשריבן: ווער דערלייגט? די מוסדות וועלכער שוויצן פארן ציבור אין אלע אנדערע הינזיכטן.
calculator האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין פראבלעם, עס איז אומפארשטענדליך אז א טאטע זאל ווילן שיקן איין קינד דא און א צווייטער דארט?
יעדער לפי זיינע כשרונות.
איך האב שוין געזעהן פון אנהייב @יוסף ראקאווער זאל זיין געזונט און שטארק, איז א פאטריאט פאר איינע פון די חסידות'ן (איך מיין א זאלי), מילא האלט ער אז גאנץ אידישקייט איז דאס וואס די חסידות'ן פארקויפן. אויב אזוי, אויב עס איז דיר גוט געווען די חסידות אלץ אינגעל דארפסטו בלייבן דארט ביז דיין טויט, און די ביזט זיי שילדיג, דיך און דיין קינדער לעולמי עד.
איך זאג דיר, ווען זיי וועלן פארטיג ווערן מיט די פריוואטע ישיבות, וועלן זיי גיין צו די פריוואטע כוללים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי מדרשים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי חיים. ווילאנג זיי וועלן האבן א חשש אז ערגעץ ווי קענסטו אפשר באקומען אביסל "ביטחון עצמי", און אנהייבן טראכטן אליינס, וועלן זיי דיר דערגיין דיין יארן. יעדעס מאל מיט אן אנדערע שלייער. (הכרת הטוב, צובערכסט די ישיבה, שלעכטע השקפות, רבי ז"ל האט דוקא געוואלט מען זאל דאווענען ביי אינזערע שולן, און קויפן אין אינזער בוטשער. וכהנה, וכהנה)
איסר האטלקי האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן: ווער דערלייגט? די מוסדות וועלכער שוויצן פארן ציבור אין אלע אנדערע הינזיכטן.
נאך איינער דערלייגט, שוואכע בחורים פון ארימע שטיבער וועמען מ'ווארפט צו די הונט.
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אנהויב פונעם אשכול, ווערן די שוואכע מער געווארפן פון די מוסדות זייט די פריוואטע ישיבות האבן אנגעהויבן זייערע סעלעקציעס. די מוסדות מוזן ווארפן מער וויבאלד זיי האבן ווייניגער מצוינים.
גדליה האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אנהויב פונעם אשכול, ווערן די שוואכע מער געווארפן פון די מוסדות זייט די פריוואטע ישיבות האבן אנגעהויבן זייערע סעלעקציעס. די מוסדות מוזן ווארפן מער וויבאלד זיי האבן ווייניגער מצוינים.
כ׳ווייס נישט צי דאס איז אמת, אבער טאמער יא, אוי לאותה בושה.
ס׳טייטש, דער שוואכער בחור איז דאך נאר אין ישיבה ווייל ס׳איז דא א מצויין קעגן אים. אנדערש איז דאך זיין בלוט הפקר. איז איינמאל דער קוואנטיטעט פון מצויינים פאלט ברויך מען פטור ווערן פון די ״שוואכע״ סחורה.
אין מיין תורה שטייט אז גוטע קעפ מיט שוואכע קעפ האבען די זעלבע דין ווען ס׳קומט צו דיני נפשות.
אזוי אויך סייענטיפיש איז באשטעטיגט אז אין די אדערן פון די שוואכע קעפ פליסט די זעלבע רויטע בלוט ווי ביי די גוטע קעפ.
calculator האט געשריבן:יעצט פרעג איך ענק ווער איז א "נגע צרעת" פאר כלל ישראל, די פריוואטע ישיבות אדער די פאבליק ישיבות?
calculator האט געשריבן: אזא מעשה וואלט אין 90% פריוואטע ישיבות נישט פארגעקומען.
הדסים האט געשריבן:calculator האט געשריבן: אזא מעשה וואלט אין 90% פריוואטע ישיבות נישט פארגעקומען.
וואס מיינט "אזא מעשה וואלט נישט פארגעקומען"? די משפיע אין די פריוואטע ישיבה וואלט אים געזאגט נישט צו טון דעם שידוך? די פריוואטע ישיבה וואלט יא אריינגענומען זיינע קינדער?
הדסים האט געשריבן:איך וויל קלאר שטעלן, די מעשה איז א ווייטאגליכע מעשה, און א חוצפה פון די קהילה מוסדות. אבער די עליטע ישיבות זענען נאר ערגער.
איסר האטלקי האט געשריבן:calculator האט געשריבן:יעצט פרעג איך ענק ווער איז א "נגע צרעת" פאר כלל ישראל, די פריוואטע ישיבות אדער די פאבליק ישיבות?
פארוואס קען נישט זיין אז ביידע? נישטא אזא מעגליכקייט?
calculator האט געשריבן:
איך פארשטיי נישט, וואלסט שוין געמעגט קענען מחלק זיין ציווישן די געדאנק פון פריוואטע ישיבות, און דער געדאנק אויף ישיבות למציונים.
קודם ביסטו שוין א מודה במקצת
איסר האטלקי האט געשריבן:
קענסט אפשר געבן געבן עטליכע דוגמאות פון פריוואטע ישיבות וואס איז נישט למצוינים? נישט אז ס'איז זיי נישט געלונגען, נאר זיי האבן דירעקט געצילט בינונים.
calculator האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
איז אפשר זאלן די גרויסע פארמאכן זייערע ישיבות, וועט קומען דער וואס קען יא און עס פירן. און גראדע איז דא גענוג פריוואטע ישיבות וואס נעמען אריין ביניני בחורים
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט