בלאט 1 פון 1

פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:17 pm
דורך יאסל ראקאווער
פריוואטע ישיבות זענען א נגע צרעת פאר כלל ישראל.

גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.

איך גיי נישט דא ארום שמועסן איבער די געוואלדיגע עוולות וואס זיי באגייען צו נעבעכדיגע נישט רייכע עלטערן פון די בינונים בחורים און די אויסגעשפראכענע גיאות פון זייער באנעמונג מיט די מענטשהייט. יעדער וואס איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיט די ראשי ישיבות און זייער געהילפן ווייסט וואספארא אומ-מענטשן זיי זענען.

רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.

ווען די מוסדות האבן שכל ווארפן זיי ארויס יעדע קינד פון זייער חדר/שולע וואס באלאנגט צו א משפחה וואס די טאטע נעמט ארויס זיין בחור'ל פון זייער ישיבה קטנה אן א רשות צעטל פון די רב/רבי. זיי קענען מארגען -אין איין טאג- טוישן די גאנצע ישיבה וועלט און צוריקברענגען ישרות און גראדקייט ביי כלל ישראל.

איך שרייב לאור די נייעס וועגן רב גיפס ישיבה.